טשעלענדזש: רעד וועגן דעם "לבוש" לעצט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

טשעלענדזש: רעד וועגן דעם "לבוש" לעצט

הודעהדורך העניך » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:01 pm

כ'שרייב "לבוש" מיט גענזנפיסלעך, ווייל ביי אונזערע שידוכים פארהאנדלט מען נישט ממש אויף לבוש. ס'איז דאך אלעס חסידישע אידן, און די שאלה איז נישט צווישן אפענע אייגענע האר און א שפיצל, אדער צווישן א בלויזן כזית-קאפל און א פלאכן ביבער-הוט. ס'איז דאך אלעס א ספק צווישן א דקה מן הדקה, און קוים וואס מ'קען דאס בכלל אריינשטעלן אין דער קאטעגאריע פון "לבוש".

איר וועט דאך אלע מודה זיין אז פאר א פארפאלק צו לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה, מיט א בית נאמן בישראל ברוחניות ובגשמיות, זענען די דקות'דיגע חילוקים אין לבוש גאר ווייניג רעלעוואנט. עס זענען פאראן אומצאליגע וויכטיגערע זאכן אויף וואס געטרייע עלטערן דארפן זיך זארגן ביים צוזאמענשטעלן זייערע קינדער מיט א בן-זוג צו לעבן צוזאמען עד סוף ימיהם.

אבער דאך ווערן די שמועסן צווישן די פאטענציעלע מחותנים און די שדכנים דאמינירט מיט די שאלות פון לבוש. יא "העט", נישט העט; וועט זיך האלטן דעם הוט אויפ'ן שפיץ קאפ, אדער פון הונטן; אינגאנצן אויפגעדעקט אדער א בענד אדער א הוט; א שייטל וואס דערגרייכט די אקסלען אדער וואס שטעלט זיך אפ אן אינטש העכער, וכו' וכו'. אלעס שיינע זאכן וואס דארפן אפשר אויסגעשמועסט ווערן פאר דער חתונה כדי נישט גורם צו זיין קיינע מיספארשטענדענישן צווישן דעם פארפאלק, אבער גאר ווייט פון וויכטיג.

שטעל איך פאר א טשעלענדזש פאר אייך. אויב איז אייער קינד אין שידוכים, זאגט פאר'ן שדכן אז איר וועט לאזן דעם שמועס איבער לבוש צום סוף. קודם לאמיר זען צי אלעס שטימט ביז אהין, און נאכדעם וועט מען דורכשמועסן גענוי וויאזוי די חתן און כלה וועלן גיין אנגעטון. דאס אליין וועט ברענגען אז אייער עווענטועלער מחותן וועט זיין פון א בעסערן קאליבער, ער וועט זיין אזא איינער וואס קעירט פאר זיינע קינדער, און איז גרייט צו לאזן דעם שמועס איבער לבוש אויף סוף.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

Re: טשעלענדזש: רעד וועגן דעם "לבוש" לעצט

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:36 pm

פארוואס האלטסטו אז לבוש איז בכלל רעלאווענט? יעדער זאל גיין וויזוי אים געפעלט ווילאנג עס איז נישט קעגן די תורה.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

Re: טשעלענדזש: רעד וועגן דעם "לבוש" לעצט

הודעהדורך דובעלע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:46 pm

קל וחומר האט געשריבן:פארוואס האלטסטו אז לבוש איז בכלל רעלאווענט? יעדער זאל גיין וויזוי אים געפעלט ווילאנג עס איז נישט קעגן די תורה.


דעיס איז נישט מעגליך עכ״פ יעצט איינצופירן, וואס העניך זאגט איז ראליסטיש.
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: טשעלענדזש: רעד וועגן דעם "לבוש" לעצט

הודעהדורך גראף » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:54 pm

@העניך אויב איך מעג פרעגן, וואס האט דיר געברענגט אדער געמאכט טראכטן וועגן דער נושא?
דיין געדאנק איז זייער גוט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 863
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 681 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 484 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 8:41 pm

כ'האב אמאל אנגעטראגן א שידוך פאר א איד, הגם אן עקסטרעם פרומער אבער דייקא א באזעסענער און דורכגעטראכטער מענטש, און כ'האב איהם דאס גע'טענה'ט. זיין תשובה איז געווען אז די זאכן זענען נישט קיין סיבה נאר א סימן, דהיינו אז ביים חסידישן ציבור אויב גייט יענער דעם זעלבן הוט ווי מיר און זיין ווייב גייט דאס זעלבע ווי מיינס איז אנצונעמען אז אין עניני לייפסטייל און געדאנקנסגאנג זענען זיי אויך די זעלבע ווי מיר, מילא איז ממש כדאי דווקא אנצוהויבן פון דארט. מה אעשה אז מציאות'דיג איז ער היבש גערעכט, כ'האב איהם נישט געקענט עכט אפפרעגן, און איך מיין אז ער האט א שטיקל טענה.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2275
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1791 מאל

Re: טשעלענדזש: רעד וועגן דעם "לבוש" לעצט

הודעהדורך moneyminded » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:12 am

בכלל טאמער איך מאך נישט קיין טעות , וועט סתם א מענטש און א שדכן זיכער נישט זיך דערוואגן אנצוטראגן אדער אפילו טראכטען פון אנטראגן א שידוך וואס די לבוש איז נישט גענוי די זעלבע אויף די האר ביי ביידע זייטן ,סאיז באמת נישט שייך איינצופירן
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט