הילל מחייב את?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

הילל מחייב את?

שליחה דורך גדליה »

הילל שטייט ביים טויער פין היכל, זיין הארץ גליסט צו לערנען די תוה"ק, ער וויל זיך אנזאפען מיט די הייליגע ווערטער פון שמעיה, אבטליון, און אנדערע פון אונזערע הייליגע רבי'ס.
הילל קומט צוגיין אין א פראסטיגע קעלט, א לאנגע וועג האט געדויערט ביז ער איז אנגעקומען צו זיין דעסטינאציע, ווי ער וועט קענען זיך הייליגען מיט די ווערטער פון די הייליגע חכמים.
ער שלעפט זיך א טריט נאך א טריט, ס'קומט אים אן שווער, אבער ער געט נישט אויף.
ער שטייט ענדליך ביים טויער, און ער וויל אריינגיין. אבער ניין!
עס ווארט אים אפ א שומר הפתח, זאגאר א נישט-איד, וועלכע פארלאנגט מיט שטרענגע ווערטער אז הילל האט נישט אפגעצאלט מעמבערשיפ און קאן נישט אריינקומען אין געביידע.
"איך וויל לערנען תורה" האט הילל זיך געוויינט.
אבער דער נישט-אידישער שומר הפתח פארשטייט נישט וואס ער רעדט בכלל. א איינטריט קארד אדער גייסטו אהיים.
בלית ברירה איז דער קליינער הילל אהיימגעגאנגען צו זיין טאטן און פארציילט מיט ביטערליכע טרערן: "א שווארצע גוי לאזט מיך נישט אריין אין חדר."
*
א נייע עפאכע האט זיך אראפגעלאזט אויף די מוסדותינו הק', ווען מ'האט אנגעהויבען זיך באנוצען מיט פראסטע גויים, צו היטען אויף די טויערען פון אונזערע מוסדות, אז א אומלעגאל אינגעל זאל זיך נישט אריינכאפען.
מחמירים זענען מקפיד צו דינגען דייקא אפריקאנער אמעריקאנער גויים, וויבאלד מיט זייער טונקעלע קאליר ווערט מען דערשראקען פון בלויז קוקען אויף זיי.
ס'האט זיך אנגעהויבען מיט איין מוסד אין א געוויסע שטעטעל אין אפסטעיט ניו יארק, וועלכע האט געדינגען טונקעלע גויים צו אפווארטען די קינדערליך און זיכער מאכען אז ווער ס'צאלט נישט קען נישט אריין.
אנדערע מוסדות, זעענדיג אז דער טאקטיק ארבעט, האבען זיך אנגעהויבען באנוצען מיט שווארצע גויים אויף ענליכע צוועקען. איין באקאנטע מוסד אין וומסב"ג האט גענוצט די טונקעלע שומרי הפתח זיכער צו מאכען אז אומגעשטאכענע קינדערלעך קענען נישט אריינקומען אין די מוסדות, ווי די רעגירונג האט שטרענג באפוילען.

א הייסע דעבאטע קומט פאר, אויב דאס איז ווירקליך א גוטע שריט פון די מוסדות הק', וועלכע מיינען אוודאי די טובה פון די קינדערלעך.
די פראגע איז דא, אויב עס איז אקעי זיך צו באנוצען מיט א גוי'אישע שומר הפתח ביי א מוסד פון יודישע קינדער.
מיר האבען אלע געלערנט די מעשה פון הילל אין חדר, אזוי אויך האבען מיר געלערענט די מעשה פון יענע צדיק וואס האט זיך איינגעהילט מיט א טלית צוזאמען מיט קראנקע קינדערלעך און געלערענט תורה מיט זיי.
מאנכע טענה'ן אז מען קען צומישען די מוחות פון די קינדערלעך שיחי', ווען איין רגע זאגט מען זיי אז תורה איז וויכטיגער ווי גאלד און זילבער, און אז די רעגירונג איז גוזר שלעכטע גזירות וואס מ'מוז באקעמפען, און פון די צווייטע זייט זעהט מען אז גאלד איז יא וויכטיגער פון תורה, און אז די רעגירונג'ס גזירה איז יא וויכטיגער ווי די נשמה'לע פון א אידיש קינד וואס ווערט פארשעמט.
מאנכע טענה'ן, אז הערפי'ס איז גארנישט ווייניגער שעדליך פון מיזעלס, און פונקט ווי מיר האבען זיך געשלאגען דארט קענען מיר זיך אויך שלאגען ביי די וואקסינאציעס, איז וואס זאל מען סתם אזוי שטראפען א אומשולדיג קינד.
די פראגע דא איז, צו עס איז אויסגעהאלטן זיך צו באנוצען מיט געוואלדטאטן ווען עס קומט צו די טייערע תינוקת של בית רבן, וואס כפי לשונו פון הרמ"ד נידרמן, we treasure our children.
אנדערע פארענטפערען אז צו נוצען שווארצע גויים זיך צו שלאגען אין א עהרליכע מוסד איז בכלל נישט קיין נייע זאך, ווארום אין איינע פון די גרעסטע קהילות אין ניו יארק האט שוין פאסירט אז מ'האט געברויכט אריינברענגען שווארצע גויים, און זאגאר אום יום טוב.
ווידער אנדערע טענה'ן אז יענץ איז געווען א אויסנאמס פאל, אבער צו איינפירען א נארמאלע זאך, כאילו דאס איז די וועג ווי אזוי מוסדות פארסירען זייערע תקנות, קען אנזייען א בכי' לדורות.
וואס האלט דער עולם?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר