לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

הודעהדורך העניך » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:01 am

אפשר איז 613 דאורייתא'ס און פילצאליגע דרבננ'ס צופיל פאר אונז, אבער מיר טיילן גערן אוועק פון אונזערע מצוות.

אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה אז חייב אב ללמד את בנו אומנות. אבער איינמאל "יאפפעד" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' יאפפעד, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

אז איינער רעדט נאך היינט פון דעם חיוב ללמד אומנות, איז ער א יאפפעד-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?

אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה, אן איסור דאורייתא, פון צער בעלי חיים. אבער איינמאל "פיטא" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' פיטא, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

אז איינער איז מעורר אז דורכ'ן מנהג כפרות - וויאזוי עס ווערט היינט אויסגעפירט - איז מען עובר אויף דעם איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים, איז ער א פיטא-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?

אייגנטליך טיילן מיר מצוות נישט פון היינט. אמאל האבן מיר פארמאגט א חיוב גמור צו דאווענען בדקדוק. אבער איינמאל די משכילים האבן זיך גענומען לייגן א דגוש אויף דקדוק, האבן מיר געזאגט, "ר' משכיל, נאט אייך די מצוה פון דקדוק, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

מיר האבן אפילו אוועקגעטיילט שטיקער פון דער תורה זעלבסט. אמאל האבן מיר פארמאגט תורה, נביאים וכתובים. אבער איינמאל די רעפארמער האבן געלייגט א דגוש אויף לערנען תנ"ך, האבן מיר געזאגט, "ר' רעפארמער, נאט אייך נביאים וכתובים, ס'איז אונז גענוג די תורה ביז שני."

אז מ'וועט אונז נאך אביסל טשאלענדזשן וועלן מיר קוים בלייבן מיט די שבע מצוות בני נח, בשעת'ן שרייען אז מיר זענען די אויטענטישע אידן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך מתון מתון » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:54 am

שפתיים ישק.

אזוי אויך האבן מיר געגעבן לשון הרע ולימוד התורה בעיון פאר די ליטווישע, זמן תפילה און דקדוק הלכה פאר די מתנגדים, ועשית הישר והטוב, דרשו שלום העיר און דרך ארץ קדמה לתורה פאר די מאדערנע.
לערנען מיט די קינדער שווימען און דינא דמלכותא דינא האבן מיר סתם אזוי געדראפט, עס איז א גרויסע תורה, גאט וועט נישט מקפיד זיין.
מגולי אייוועלט
מתון מתון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:04 am

רעד דיך נישט אפ, למעשה האבן מיר ריפלעיסד יעדע מצוה מיט צען אנדערע מצות, אזוי אז אינז האלטן שוין היינט אסאך מער ווי 613 מצות.
טבילה עיו"כ
כפרות שלאגן
שערן די האר
גיין תשליך
ערב פסח מצות
נישט צולאזן צום עמוד איינער וואס שערט זיך די בארד, גייט נישט אין מקוה.
גיין אין מקוה פאר חנוכה ליכט, סדר נאכט, תקיעת שופר.
דריי מאל גיין אין מקוה עיו"כ.
נישט עסן פאטעיטא סטארדזש פסח.
נישט מישן פסח
נישט אריין ברעקלן די מצות אין די זופע פסח.
סיעמס.
נישט גיין צום כותל.
נישט רעדן עברית.
ארום לויפן צו קברים
זאגן נשמת, פערציג טעג
באקן חלות, פערציג טעג.
זאגן שיר השירים, פערציג טעג.
צינדן לעכט פאר רבי ר'מענדעלע מ'רימאנאוו, ר'ישעי'לה קערעסטירער, און פארן סקולענער רבין.
ווארפן עפלעך שמחת תורה
גיין מיט לאנגע רעקלעך.

ועוד ועוד ועוד, כ'גדענק נישט אויף די מינוט אלע צוגעקומענע מצוות עשה'ס און לא תעשה'ס אדרבה ווער ס'ווייסט פון נאך זאל ביטע צולייגן צום ליסט. און וועסטוך איבערצייגן אז לא אלמן ישראל
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 12:12 pm

איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט'ן אפלאזן אוטדעיטעד מצוות און פאבריצירן נייע, איך בין גערן מסכים אויפצוטוישן די ד' מיתות בי"ד און מלקות פאר ל"ג בעומר פייערונגען, קרבן פסח פאר כפרות שלאגן, תכלת פאר די akitu ווערסיע פון ראש השנה, זמן תפילה פאר טיש פירן, און להשיטו בנהר פאר טרינקען לחיים, די פראבלעם איז נאר אז אין אלגעמיין טוישט מען אויף שיינע זאכן אויף נארישקייטן. די עצה דערצו איז אז אנשטאט זיך פארלייגן אפצושפעטן פון די נארישקייטן, זאל מען אין די צייט זיך פארלייגן אויפצובויען און ארויסברענגען די שיינקייט פון די גוטע זאכן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט