העניך האט געשריבן:אפשר איז 613 דאורייתא'ס און פילצאליגע דרבננ'ס צופיל פאר אונז, אבער מיר טיילן גערן אוועק פון אונזערע מצוות.
אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה אז חייב אב ללמד את בנו אומנות. אבער איינמאל "יאפפעד" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' יאפפעד, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."
אז איינער רעדט נאך היינט פון דעם חיוב ללמד אומנות, איז ער א יאפפעד-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?
אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה, אן איסור דאורייתא, פון צער בעלי חיים. אבער איינמאל "פיטא" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' פיטא, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."
אז איינער איז מעורר אז דורכ'ן מנהג כפרות - וויאזוי עס ווערט היינט אויסגעפירט - איז מען עובר אויף דעם איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים, איז ער א פיטא-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?
אייגנטליך טיילן מיר מצוות נישט פון היינט. אמאל האבן מיר פארמאגט א חיוב גמור צו דאווענען בדקדוק. אבער איינמאל די משכילים האבן זיך גענומען לייגן א דגוש אויף דקדוק, האבן מיר געזאגט, "ר' משכיל, נאט אייך די מצוה פון דקדוק, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."
מיר האבן אפילו אוועקגעטיילט שטיקער פון דער תורה זעלבסט. אמאל האבן מיר פארמאגט תורה, נביאים וכתובים. אבער איינמאל די רעפארמער האבן געלייגט א דגוש אויף לערנען תנ"ך, האבן מיר געזאגט, "ר' רעפארמער, נאט אייך נביאים וכתובים, ס'איז אונז גענוג די תורה ביז שני."
אז מ'וועט אונז נאך אביסל טשאלענדזשן וועלן מיר קוים בלייבן מיט די שבע מצוות בני נח, בשעת'ן שרייען אז מיר זענען די אויטענטישע אידן.
אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.
קורקלענד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.
סתם געהאקט אין קאפ אריין. די רבנים וואס זענען אין טשאַרדזש פון אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין הצלה האבן מחליט געווען אז אריינברענגן פרויען אין די ארגענעזאציע וועט ברענגען פיל מער מכשולות ווי די איצטיגע סיסטעם. זייער טענה איז זייער פארשטענדליך.
המלוכה והממשלה האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.
סתם געהאקט אין קאפ אריין. די רבנים וואס זענען אין טשאַרדזש פון אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין הצלה האבן מחליט געווען אז אריינברענגן פרויען אין די ארגענעזאציע וועט ברענגען פיל מער מכשולות ווי די איצטיגע סיסטעם. זייער טענה איז זייער פארשטענדליך.
נא וואס שטערט זיי אז פרויען מאכן א עקסטערע ארגעניזעישן?
קורקלענד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.
סתם געהאקט אין קאפ אריין. די רבנים וואס זענען אין טשאַרדזש פון אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין הצלה האבן מחליט געווען אז אריינברענגן פרויען אין די ארגענעזאציע וועט ברענגען פיל מער מכשולות ווי די איצטיגע סיסטעם. זייער טענה איז זייער פארשטענדליך.
פיל מער מכשולות ווי יעצט
זייער טענה איז זייער פארשטענדליך,
קורקלענד האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:נא וואס שטערט זיי אז פרויען מאכן א עקסטערע ארגעניזעישן?
ווייסעך נישט.
אישתישבי האט געשריבן:און נאך מענינא דיומא,
געבוירן קינדער דורך א מילדת, נישט א מאן, א מילד, וואס איז א שטארקע ענין פין צניעות, און יתובי דעתא, א פרוי דארף נישט א חסידישע אינגערמאן זאל זי קוקען אין פנים של מטה, קומט הצלה און טיילט מצוות, און זאגען אונז דארפען נישט דער מצוה פין צניעות, עס איז אונז גוט אזוי, מיר זענען אלע הייבאמס, אונז מענער קענען אליין געבוירן קינדער וכו'
איך מיין אז די פראבלעם וואס געוויסע פרויען (רוב?) האבן מיט הצלה ביי דיזע עמערזשענסי איז בעיקר אז ס'קומט אריין וויפיל מעמבערס עס קענען נאר. קען זיין היינט איז נישט אזוי אבער אסאך פרויען ווייסן אויך אז די הצלה מעמבערס רעדן פון זיי צו אנדערע מעמבערס און ס'איז זייער נישט באטעמט ספעציעל ביי די מצבים.קורקלענד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:און נאך מענינא דיומא,
געבוירן קינדער דורך א מילדת, נישט א מאן, א מילד, וואס איז א שטארקע ענין פין צניעות, און יתובי דעתא, א פרוי דארף נישט א חסידישע אינגערמאן זאל זי קוקען אין פנים של מטה, קומט הצלה און טיילט מצוות, און זאגען אונז דארפען נישט דער מצוה פין צניעות, עס איז אונז גוט אזוי, מיר זענען אלע הייבאמס, אונז מענער קענען אליין געבוירן קינדער וכו'
הצלה איז נישט דא צו העלפן פרויען געבוירן קינדער. יעדער איז מודה אז ס'איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו ניצן א פרוי דאקטער. טראץ דעם אבער באניצן זיך ניינציג פראצענט חסידישע פרויען מיט א מאן דאקטאר.
הצלה קומט נאר אריין אין די בילד אין צייט פון א עמערזשענסי. פון הלכה איז לכתחילה אנגענומען און אויסגעהאלטן אז א מאן זאל עס טוהן. נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם אדער חומרות אין אזא פאל.
ס'איז קיינמאל נישט באקוועם אדורך צו גיין אזא עמערזשענסי, און ווען ס'פאסירט יא איז די דורכשניטליכע חסידישע פרוי אסאך מער אומבאקוועם ווען א פרוי קוקט איר בפנים של מטה ווי א מאן. ווייל דער מאן וועט זי קיינמאָל נישט דארפן זעהן נאכאמאל, אבער דער פרוי וואס וואלט געקומען וועט זי מעגליך זעהן אפט און איר דארפן גריסן.
עזרת נשים איז שוין גענוג לאנג אין אפעקט אז מ'זאל קענען שאצן די דימענד, שמועה שמעתי אז די טעלעפאונען קלינגען נישט און ווען יא רופט זיך קיינער ניטאמאל אן צו גיין, און ס'גאנצע עול פאלט נעבעך אויף מרת פרייער צו נעמען יעדעס איינציגע קאָלל מיט איר פערפל געפירקעלטע אויטא.
אויב ביסטו טאקע איינגערעדט אז די מטרה פון עזרת נשים איז בלויז צניעות און לשם שמים דארפסטו א דאקטאר....
קורקלענד האט געשריבן:הצלה איז נישט דא צו העלפן פרויען געבוירן קינדער. יעדער איז מודה אז ס'איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו ניצן א פרוי דאקטער. טראץ דעם אבער באניצן זיך ניינציג פראצענט חסידישע פרויען מיט א מאן דאקטאר.
הצלה קומט נאר אריין אין די בילד אין צייט פון א עמערזשענסי. פון הלכה איז לכתחילה אנגענומען און אויסגעהאלטן אז א מאן זאל עס טוהן. נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם אדער חומרות אין אזא פאל.
ס'איז קיינמאל נישט באקוועם אדורך צו גיין אזא עמערזשענסי, און ווען ס'פאסירט יא איז די דורכשניטליכע חסידישע פרוי אסאך מער אומבאקוועם ווען א פרוי קוקט איר בפנים של מטה ווי א מאן. ווייל דער מאן וועט זי קיינמאָל נישט דארפן זעהן נאכאמאל, אבער דער פרוי וואס וואלט געקומען וועט זי מעגליך זעהן אפט און איר דארפן גריסן.
עזרת נשים איז שוין גענוג לאנג אין אפעקט אז מ'זאל קענען שאצן די דימענד, שמועה שמעתי אז די טעלעפאונען קלינגען נישט און ווען יא רופט זיך קיינער ניטאמאל אן צו גיין, און ס'גאנצע עול פאלט נעבעך אויף מרת פרייער צו נעמען יעדעס איינציגע קאָלל מיט איר פערפל געפירקעלטע אויטא.
אויב ביסטו טאקע איינגערעדט אז די מטרה פון עזרת נשים איז בלויז צניעות און לשם שמים דארפסטו א דאקטאר....
בת קול האט געשריבן:א בארג מיט שטותים דא צאמגערעדט. יעדע פרוי וויל א פרוי זאל דעליווערן ווי איידער א מאן.
בת קול האט געשריבן:א בארג מיט שטותים דא צאמגערעדט. יעדע פרוי וויל א פרוי זאל דעליווערן ווי איידער א מאן.
מפיל קינד האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:נא וואס שטערט זיי אז פרויען מאכן א עקסטערע ארגעניזעישן?
ווייסעך נישט.
און איך יא.
געלט, כבוד, און נאכמאל געלט און כבוד.
קורקלענד האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:א בארג מיט שטותים דא צאמגערעדט. יעדע פרוי וויל א פרוי זאל דעליווערן ווי איידער א מאן.
אויב אזוי דאן פארוואס ניצן כמעט אלע פרויען מענער דאקטוירים?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 4 געסט