לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

הודעהדורך העניך » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:01 am

אפשר איז 613 דאורייתא'ס און פילצאליגע דרבננ'ס צופיל פאר אונז, אבער מיר טיילן גערן אוועק פון אונזערע מצוות.

אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה אז חייב אב ללמד את בנו אומנות. אבער איינמאל "יאפפעד" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' יאפפעד, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

אז איינער רעדט נאך היינט פון דעם חיוב ללמד אומנות, איז ער א יאפפעד-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?

אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה, אן איסור דאורייתא, פון צער בעלי חיים. אבער איינמאל "פיטא" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' פיטא, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

אז איינער איז מעורר אז דורכ'ן מנהג כפרות - וויאזוי עס ווערט היינט אויסגעפירט - איז מען עובר אויף דעם איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים, איז ער א פיטא-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?

אייגנטליך טיילן מיר מצוות נישט פון היינט. אמאל האבן מיר פארמאגט א חיוב גמור צו דאווענען בדקדוק. אבער איינמאל די משכילים האבן זיך גענומען לייגן א דגוש אויף דקדוק, האבן מיר געזאגט, "ר' משכיל, נאט אייך די מצוה פון דקדוק, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

מיר האבן אפילו אוועקגעטיילט שטיקער פון דער תורה זעלבסט. אמאל האבן מיר פארמאגט תורה, נביאים וכתובים. אבער איינמאל די רעפארמער האבן געלייגט א דגוש אויף לערנען תנ"ך, האבן מיר געזאגט, "ר' רעפארמער, נאט אייך נביאים וכתובים, ס'איז אונז גענוג די תורה ביז שני."

אז מ'וועט אונז נאך אביסל טשאלענדזשן וועלן מיר קוים בלייבן מיט די שבע מצוות בני נח, בשעת'ן שרייען אז מיר זענען די אויטענטישע אידן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך מתון מתון » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:54 am

שפתיים ישק.

אזוי אויך האבן מיר געגעבן לשון הרע ולימוד התורה בעיון פאר די ליטווישע, זמן תפילה און דקדוק הלכה פאר די מתנגדים, ועשית הישר והטוב, דרשו שלום העיר און דרך ארץ קדמה לתורה פאר די מאדערנע.
לערנען מיט די קינדער שווימען און דינא דמלכותא דינא האבן מיר סתם אזוי געדראפט, עס איז א גרויסע תורה, גאט וועט נישט מקפיד זיין.
מגולי אייוועלט
מתון מתון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:04 am

רעד דיך נישט אפ, למעשה האבן מיר ריפלעיסד יעדע מצוה מיט צען אנדערע מצות, אזוי אז אינז האלטן שוין היינט אסאך מער ווי 613 מצות.
טבילה עיו"כ
כפרות שלאגן
שערן די האר
גיין תשליך
ערב פסח מצות
נישט צולאזן צום עמוד איינער וואס שערט זיך די בארד, גייט נישט אין מקוה.
גיין אין מקוה פאר חנוכה ליכט, סדר נאכט, תקיעת שופר.
דריי מאל גיין אין מקוה עיו"כ.
נישט עסן פאטעיטא סטארדזש פסח.
נישט מישן פסח
נישט אריין ברעקלן די מצות אין די זופע פסח.
סיעמס.
נישט גיין צום כותל.
נישט רעדן עברית.
ארום לויפן צו קברים
זאגן נשמת, פערציג טעג
באקן חלות, פערציג טעג.
זאגן שיר השירים, פערציג טעג.
צינדן לעכט פאר רבי ר'מענדעלע מ'רימאנאוו, ר'ישעי'לה קערעסטירער, און פארן סקולענער רבין.
ווארפן עפלעך שמחת תורה
גיין מיט לאנגע רעקלעך.

ועוד ועוד ועוד, כ'גדענק נישט אויף די מינוט אלע צוגעקומענע מצוות עשה'ס און לא תעשה'ס אדרבה ווער ס'ווייסט פון נאך זאל ביטע צולייגן צום ליסט. און וועסטוך איבערצייגן אז לא אלמן ישראל
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 684
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1328 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 12:12 pm

איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט'ן אפלאזן אוטדעיטעד מצוות און פאבריצירן נייע, איך בין גערן מסכים אויפצוטוישן די ד' מיתות בי"ד און מלקות פאר ל"ג בעומר פייערונגען, קרבן פסח פאר כפרות שלאגן, תכלת פאר די akitu ווערסיע פון ראש השנה, זמן תפילה פאר טיש פירן, און להשיטו בנהר פאר טרינקען לחיים, די פראבלעם איז נאר אז אין אלגעמיין טוישט מען אויף שיינע זאכן אויף נארישקייטן. די עצה דערצו איז אז אנשטאט זיך פארלייגן אפצושפעטן פון די נארישקייטן, זאל מען אין די צייט זיך פארלייגן אויפצובויען און ארויסברענגען די שיינקייט פון די גוטע זאכן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1699 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 4:23 pm

העניך האט געשריבן:אפשר איז 613 דאורייתא'ס און פילצאליגע דרבננ'ס צופיל פאר אונז, אבער מיר טיילן גערן אוועק פון אונזערע מצוות.

אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה אז חייב אב ללמד את בנו אומנות. אבער איינמאל "יאפפעד" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' יאפפעד, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

אז איינער רעדט נאך היינט פון דעם חיוב ללמד אומנות, איז ער א יאפפעד-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?

אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה, אן איסור דאורייתא, פון צער בעלי חיים. אבער איינמאל "פיטא" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' פיטא, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

אז איינער איז מעורר אז דורכ'ן מנהג כפרות - וויאזוי עס ווערט היינט אויסגעפירט - איז מען עובר אויף דעם איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים, איז ער א פיטא-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?

אייגנטליך טיילן מיר מצוות נישט פון היינט. אמאל האבן מיר פארמאגט א חיוב גמור צו דאווענען בדקדוק. אבער איינמאל די משכילים האבן זיך גענומען לייגן א דגוש אויף דקדוק, האבן מיר געזאגט, "ר' משכיל, נאט אייך די מצוה פון דקדוק, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."

מיר האבן אפילו אוועקגעטיילט שטיקער פון דער תורה זעלבסט. אמאל האבן מיר פארמאגט תורה, נביאים וכתובים. אבער איינמאל די רעפארמער האבן געלייגט א דגוש אויף לערנען תנ"ך, האבן מיר געזאגט, "ר' רעפארמער, נאט אייך נביאים וכתובים, ס'איז אונז גענוג די תורה ביז שני."

אז מ'וועט אונז נאך אביסל טשאלענדזשן וועלן מיר קוים בלייבן מיט די שבע מצוות בני נח, בשעת'ן שרייען אז מיר זענען די אויטענטישע אידן.


הוספה:
אמאל פלעגן מיר זען א מצוה און א חשיבות אין לעבן אינעם מאמענט, פארברענגען מיט ווייב און קינדער, און מיט חברים. אבער איינמאל קארופטירטע רבנים און מאכט-גייציגע עסקנים האבן אנגעהויבן טשאלענדזשן דעם באנוץ פונעם סמארטפאון, האבן מיר געזאגט, "רע-בנים טייערע, נאט אייך די מצוה, מיר זענען אקעי מיט'ן זיין אדיקטעד צום סמארטפאון."

אז איינער איז מעורר אז זיך אליין קאנטראלירן דעם סמארטפאון באנוץ איז א וויכטיגע זאך, איז ער א רע-בנים-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 9:36 pm

זאג שוין בעסער:

אמאל האבן די רבנים געליאמערט אל תרבה שיחה עם אשה, באשתו אמרו וכו'.

היינט שרייען זיי געוואלד, די סמארטפאן נעמט אוועק דעם קאפ און מ'געט נישט קיין צייט פאר די בני בית....
מפיל קינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 10:56 am

און נאך מענינא דיומא,

געבוירן קינדער דורך א מילדת, נישט א מאן, א מילד, וואס איז א שטארקע ענין פין צניעות, און יתובי דעתא, א פרוי דארף נישט א חסידישע אינגערמאן זאל זי קוקען אין פנים של מטה, קומט הצלה און טיילט מצוות, און זאגען אונז דארפען נישט דער מצוה פין צניעות, עס איז אונז גוט אזוי, מיר זענען אלע הייבאמס, אונז מענער קענען אליין געבוירן קינדער וכו'
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 990 מאל

Re: לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

הודעהדורך גראף » פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 3:35 pm

וואס איז בכלל דער ספק? נעוואדע איז בעסער א פרוי זאל העלפן דיליווערען. סתם אזוי פארשטיי איך נישט דער תאווה צו זיין דארט בשעת מעשה.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 884
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 487 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש נאוועמבער 02, 2019 8:16 pm

די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 990 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מוצ"ש נאוועמבער 02, 2019 9:11 pm

אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.

סתם געהאקט אין קאפ אריין. די רבנים וואס זענען אין טשאַרדזש פון אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין הצלה האבן מחליט געווען אז אריינברענגן פרויען אין די ארגענעזאציע וועט ברענגען פיל מער מכשולות ווי די איצטיגע סיסטעם. זייער טענה איז זייער פארשטענדליך.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מוצ"ש נאוועמבער 02, 2019 10:09 pm

קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.

סתם געהאקט אין קאפ אריין. די רבנים וואס זענען אין טשאַרדזש פון אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין הצלה האבן מחליט געווען אז אריינברענגן פרויען אין די ארגענעזאציע וועט ברענגען פיל מער מכשולות ווי די איצטיגע סיסטעם. זייער טענה איז זייער פארשטענדליך.

נא וואס שטערט זיי אז פרויען מאכן א עקסטערע ארגעניזעישן?
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מוצ"ש נאוועמבער 02, 2019 10:20 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.

סתם געהאקט אין קאפ אריין. די רבנים וואס זענען אין טשאַרדזש פון אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין הצלה האבן מחליט געווען אז אריינברענגן פרויען אין די ארגענעזאציע וועט ברענגען פיל מער מכשולות ווי די איצטיגע סיסטעם. זייער טענה איז זייער פארשטענדליך.

נא וואס שטערט זיי אז פרויען מאכן א עקסטערע ארגעניזעישן?

ווייסעך נישט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש נאוועמבער 02, 2019 11:07 pm

קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:די תאוה איז שלטנות און גזענות. זיי ווילען נישט האבן פרויען בכלל אין הצלה, אויס מורא, אז פרויען וועלען זיין גוט אויף עפעס וואס די מענער הצלה רעדן זיך איין זיי זענען די בעסטע.

סתם געהאקט אין קאפ אריין. די רבנים וואס זענען אין טשאַרדזש פון אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין הצלה האבן מחליט געווען אז אריינברענגן פרויען אין די ארגענעזאציע וועט ברענגען פיל מער מכשולות ווי די איצטיגע סיסטעם. זייער טענה איז זייער פארשטענדליך.


פיל מער מכשולות ווי יעצט

.
ביטע שרייב דער יעצטיגע מכשולות, און די פיל מער מכשולות וואס די פרויען וועלען צוגעבן.

זייער טענה איז זייער פארשטענדליך,


מען קען פארשטיין יעדעם, אפילו די פירער פין אייסיס, די שאלה איז ווער עס איז מער גערעכט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 990 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מוצ"ש נאוועמבער 02, 2019 11:26 pm

קורקלענד האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:נא וואס שטערט זיי אז פרויען מאכן א עקסטערע ארגעניזעישן?

ווייסעך נישט.

און איך יא.

געלט, כבוד, און נאכמאל געלט און כבוד.
מפיל קינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 1:38 am

אישתישבי האט געשריבן:און נאך מענינא דיומא,

געבוירן קינדער דורך א מילדת, נישט א מאן, א מילד, וואס איז א שטארקע ענין פין צניעות, און יתובי דעתא, א פרוי דארף נישט א חסידישע אינגערמאן זאל זי קוקען אין פנים של מטה, קומט הצלה און טיילט מצוות, און זאגען אונז דארפען נישט דער מצוה פין צניעות, עס איז אונז גוט אזוי, מיר זענען אלע הייבאמס, אונז מענער קענען אליין געבוירן קינדער וכו'

הצלה איז נישט דא צו העלפן פרויען געבוירן קינדער. יעדער איז מודה אז ס'איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו ניצן א פרוי דאקטער. טראץ דעם אבער באניצן זיך ניינציג פראצענט חסידישע פרויען מיט א מאן דאקטאר.
הצלה קומט נאר אריין אין די בילד אין צייט פון א עמערזשענסי. פון הלכה איז לכתחילה אנגענומען און אויסגעהאלטן אז א מאן זאל עס טוהן. נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם אדער חומרות אין אזא פאל.
ס'איז קיינמאל נישט באקוועם אדורך צו גיין אזא עמערזשענסי, און ווען ס'פאסירט יא איז די דורכשניטליכע חסידישע פרוי אסאך מער אומבאקוועם ווען א פרוי קוקט איר בפנים של מטה ווי א מאן. ווייל דער מאן וועט זי קיינמאָל נישט דארפן זעהן נאכאמאל, אבער דער פרוי וואס וואלט געקומען וועט זי מעגליך זעהן אפט און איר דארפן גריסן.
עזרת נשים איז שוין גענוג לאנג אין אפעקט אז מ'זאל קענען שאצן די דימענד, שמועה שמעתי אז די טעלעפאונען קלינגען נישט און ווען יא רופט זיך קיינער ניטאמאל אן צו גיין, און ס'גאנצע עול פאלט נעבעך אויף מרת פרייער צו נעמען יעדעס איינציגע קאָלל מיט איר פערפל געפירקעלטע אויטא.
אויב ביסטו טאקע איינגערעדט אז די מטרה פון עזרת נשים איז בלויז צניעות און לשם שמים דארפסטו א דאקטאר....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 3:12 pm

בזמן השולחן ערוך איז נישט געווען כמעט קיין נשים מומחים, איז דעריבער מותר געווארן א פרוי דאקטאר.

כמעט אלע פוסקי זמנינו, ובכללם השבט הלוי, קלויזנבורגער רב, רבי משה פיינשטיין, רש"ז אויערבאך, רבי עובדיה יוסף, ועוד הרבה שרייבן קלאר אז לכתחילה זאל מען נוצן א פרוי דאקטאר.

אפי' די מנחת יצחק וואס איז מקיל, שרייבט אויך אז לכתחילה זאל מען נוצן א פרוי, בפרט ביי די בדיקות שקודם הלידה וואס פעלט נישט אויס קיין מומחה.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2099
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

Re: לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!

הודעהדורך גראף » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 3:36 pm

קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:און נאך מענינא דיומא,

געבוירן קינדער דורך א מילדת, נישט א מאן, א מילד, וואס איז א שטארקע ענין פין צניעות, און יתובי דעתא, א פרוי דארף נישט א חסידישע אינגערמאן זאל זי קוקען אין פנים של מטה, קומט הצלה און טיילט מצוות, און זאגען אונז דארפען נישט דער מצוה פין צניעות, עס איז אונז גוט אזוי, מיר זענען אלע הייבאמס, אונז מענער קענען אליין געבוירן קינדער וכו'

הצלה איז נישט דא צו העלפן פרויען געבוירן קינדער. יעדער איז מודה אז ס'איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו ניצן א פרוי דאקטער. טראץ דעם אבער באניצן זיך ניינציג פראצענט חסידישע פרויען מיט א מאן דאקטאר.
הצלה קומט נאר אריין אין די בילד אין צייט פון א עמערזשענסי. פון הלכה איז לכתחילה אנגענומען און אויסגעהאלטן אז א מאן זאל עס טוהן. נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם אדער חומרות אין אזא פאל.
ס'איז קיינמאל נישט באקוועם אדורך צו גיין אזא עמערזשענסי, און ווען ס'פאסירט יא איז די דורכשניטליכע חסידישע פרוי אסאך מער אומבאקוועם ווען א פרוי קוקט איר בפנים של מטה ווי א מאן. ווייל דער מאן וועט זי קיינמאָל נישט דארפן זעהן נאכאמאל, אבער דער פרוי וואס וואלט געקומען וועט זי מעגליך זעהן אפט און איר דארפן גריסן.
עזרת נשים איז שוין גענוג לאנג אין אפעקט אז מ'זאל קענען שאצן די דימענד, שמועה שמעתי אז די טעלעפאונען קלינגען נישט און ווען יא רופט זיך קיינער ניטאמאל אן צו גיין, און ס'גאנצע עול פאלט נעבעך אויף מרת פרייער צו נעמען יעדעס איינציגע קאָלל מיט איר פערפל געפירקעלטע אויטא.
אויב ביסטו טאקע איינגערעדט אז די מטרה פון עזרת נשים איז בלויז צניעות און לשם שמים דארפסטו א דאקטאר....
איך מיין אז די פראבלעם וואס געוויסע פרויען (רוב?) האבן מיט הצלה ביי דיזע עמערזשענסי איז בעיקר אז ס'קומט אריין וויפיל מעמבערס עס קענען נאר. קען זיין היינט איז נישט אזוי אבער אסאך פרויען ווייסן אויך אז די הצלה מעמבערס רעדן פון זיי צו אנדערע מעמבערס און ס'איז זייער נישט באטעמט ספעציעל ביי די מצבים.
און איך וויל קלארשטעלן אז איך שעץ זייער די הצלה מעמבערס אבער אפשר איז דא עפעס וואס מען קען טון וואס זאל עס מאכן גרינגער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 884
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 487 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 4:56 pm

קורקלענד האט געשריבן:הצלה איז נישט דא צו העלפן פרויען געבוירן קינדער. יעדער איז מודה אז ס'איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו ניצן א פרוי דאקטער. טראץ דעם אבער באניצן זיך ניינציג פראצענט חסידישע פרויען מיט א מאן דאקטאר.
הצלה קומט נאר אריין אין די בילד אין צייט פון א עמערזשענסי. פון הלכה איז לכתחילה אנגענומען און אויסגעהאלטן אז א מאן זאל עס טוהן. נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם אדער חומרות אין אזא פאל.
ס'איז קיינמאל נישט באקוועם אדורך צו גיין אזא עמערזשענסי, און ווען ס'פאסירט יא איז די דורכשניטליכע חסידישע פרוי אסאך מער אומבאקוועם ווען א פרוי קוקט איר בפנים של מטה ווי א מאן. ווייל דער מאן וועט זי קיינמאָל נישט דארפן זעהן נאכאמאל, אבער דער פרוי וואס וואלט געקומען וועט זי מעגליך זעהן אפט און איר דארפן גריסן.
עזרת נשים איז שוין גענוג לאנג אין אפעקט אז מ'זאל קענען שאצן די דימענד, שמועה שמעתי אז די טעלעפאונען קלינגען נישט און ווען יא רופט זיך קיינער ניטאמאל אן צו גיין, און ס'גאנצע עול פאלט נעבעך אויף מרת פרייער צו נעמען יעדעס איינציגע קאָלל מיט איר פערפל געפירקעלטע אויטא.
אויב ביסטו טאקע איינגערעדט אז די מטרה פון עזרת נשים איז בלויז צניעות און לשם שמים דארפסטו א דאקטאר....


א בארג מיט שטותים דא צאמגערעדט. יעדע פרוי וויל א פרוי זאל דעליווערן ווי איידער א מאן.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 527
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 768 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 5:24 pm

בת קול האט געשריבן:א בארג מיט שטותים דא צאמגערעדט. יעדע פרוי וויל א פרוי זאל דעליווערן ווי איידער א מאן.

you're missing the point
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1699 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 6:14 pm

בת קול האט געשריבן:א בארג מיט שטותים דא צאמגערעדט. יעדע פרוי וויל א פרוי זאל דעליווערן ווי איידער א מאן.

אויב אזוי דאן פארוואס ניצן כמעט אלע פרויען מענער דאקטוירים?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:21 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:נא וואס שטערט זיי אז פרויען מאכן א עקסטערע ארגעניזעישן?

ווייסעך נישט.

און איך יא.

געלט, כבוד, און נאכמאל געלט און כבוד.

Please elaborate.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 8:10 pm

קורקלענד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:א בארג מיט שטותים דא צאמגערעדט. יעדע פרוי וויל א פרוי זאל דעליווערן ווי איידער א מאן.

אויב אזוי דאן פארוואס ניצן כמעט אלע פרויען מענער דאקטוירים?


די פרויען וואס איך קען ניצן מערסטנס פרויען דאקטורים, דולעס, אדער מידווייפס. אין יעדן פאל ווי מען האט געניצט א מאן, איז געווען צוליב דעם וואס דער דאקטער אן דוטי איז געווען א מאן, אדער ווייל מען האט געדארפט א דאקטערס ספעשילטי, ווי אויסמיידן א סי- סעקשאן, אדער צוליב א היי ריסק פרעגנענסי.

איך זעה נישט פון וואו איר נעמט אייערע נומבערס. איך גלייב נישט איר האט זיך צאמגעזעצט אויסשמועסן מיט חרדישע פרויען...
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 527
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 768 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 8:25 pm

רוב נוצן מענער?! אבי געשאסן. רוב נוצן פרויען.
מפיל קינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:41 am

אויב איינער האט נאר אמאל געהאט א צד צל של ספק פארוואס פרויען טארן נישט זיין רבנים האט ער יעצט זיין ענטפער, פאר די זעלבע סיבה וואס זיי טארן נישט זיין פארעמעדיקס...

#מענער_קעגן_פרויען

https://www.kingscountypolitics.com/yar ... wJ7ZSYv33w
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1699 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:41 am

דער אלטער פלאגאזירער

https://twitter.com/hasidic1/status/119 ... 49984?s=09
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 990 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט