בלאט 1 פון 1

ס׳איז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 1:00 pm
דורך שבת אחים
די אלע אידן וואס האבן געשלאגן כפרות די יאהר מיט די טשיקענס וואס מ׳האט דא געברענגט אינמיטן שטאט. און זיי אויסגעהונגערט, זיי נישט געגעבן קיין וואסער, און פארנט פון אונזערע קינדער אויסגעלערנט רשעות און רציחה זאלן נישט פארגעסן אז סאיז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן אויף די שרעקליכע עבירות

1)צער בעלי חיים בגלוי
2)חוקת הגוי- דרכי האמורי
3)חילול השם איום ונורא

פאר די אלע וואס טענהן ״אזוי האט זיך מיין זיידעס געפירט״ זאלן זיי ביטע טראכטן נאך איינמאל!!!

אייערע זיידעס האבן נישט געברענגט קיין טויזנטער טשיקענס מיט קיין טראקס און זיי אראפ געווארפן אינמיטן שטאט אן קיין עסען און וואסער! שקר!!!
אייערע זיידעס זענען אפשר געגעאנגען צום שוחט וואס האט גענומען די הינדל פון די פעלד. שקר!
ענקערע זיידעס האבן נישט אנטייל גענומען אין קיין commercialized כפרות שלאגן!!!

דאס וואס ענק טוהן איז נישט אויסגעהאלטן ע״פ הלכה! נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה! סאיז בכלל נישט קיין אידישע מנהג! סאיז א גוישע ריטואל... גארנישט מיט אידשקייט!

בחוקותיהם לא תלכו!!!

וואס פונקטליך האט די טשיקן וואס מ׳האט געשלעפט פון פענסעלוועניע איינגעשטויסן מיט ענקער עבירות? האסט געזינדיגט? טוה תשובה! נעם דיך אינטער עס נישט צוטוהן מעהר! וואס פייניקסטו טשיקענס? פארוואס לערנסטו אויס דיינע קינדער רציחה???

פון קיצור שלחן ערוך:

סעיף א אסור מן התורה לצער כל בעל חי, ואדרבא חייב להציל כל בעל חי מצער אפילו של הפקר ואפילו של נכרי, אך אם הם מצערין לאדם, או שצריך האדם להם לרפואה או לשאר דבר מותר אפילו להרגן ואין חוששין לצערן, שהרי התורה התירה שחיטה ולכן מותר למרוט נוצות מאווזות חיות אם אין לו נוצה אחרת, רק שהעולם נמנעים משום אכזריות.
סעיף ב סוסים המושכים בעגלה והגיעו למקום מקולקל או להר גבוה, ואינן יכולין למשוך בלי עזר, מצוה לעזור אף לנכרי משום צער בעלי חיים, שלא יכה אותם הנכרי מכה רבה למשוך יותר מאשר בכחם.
סעיף ג אסור לקשור רגלי בהמה חיה ועוף בענין שיהיה להם צער.
סעיף ד אסור להושיב עוף על ביצים משאינו מינו משום צער בעלי חיים.
סעיף ה אסור לסרס בין אדם ובין בהמה חיה ועוף, אחד טמאים ואחד טהורים בין בארץ ישראל בין בחוץ לארץ וכל המסרס חייב מלקות, ואפילו להשקות כוס של עקרין לאיש או לשאר בעלי חיים הזכרים אסור.
סעיף ו אסור לומר לאינו יהודי לסרס בהמה שלנו, ויש אומרים דאפילו למכרה לאינו יהודי או ליתנה לו למחצית שכר אם ידוע דיסרסה אסור, משום דאינו יהודי גם כן מצווה על איסור סירוס, ואם כן הישראל עובר על לפני עור, ומיהו אם אין האינו יהודי הקונה מסרס בעצמו, רק נותן לאינו יהודי אחר לסרס, לכולי עלמא שרי, דאז הוי לפני דלפני ומותר.