בלאט 1 פון 1

עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:56 pm
דורך קורקלענד
היינט איז געווען עלעקשאן דעי אין אמעריקע און ניט יארק איז געגאנגען צו די שטים בודקעס. אין בּ''פּ זענען אלע פאליטיקער און עסקנים ארויסגעקומען זייער שטארק און אפעלירט פארן ציבור אז מ'זאל שטימען 'ניין' אויף אלע שאלות פון די צווייטע זייט פונעם בעלאט. אנגעבליך ווייל מיר וועלן פארלירן קאנטראל און געלט אדאנק יענע רעזאלוציעס, אויב זיי גייען אדורך. לייענענדיג אלע פינף שאלות אבער האב איך נישט געקענט זעהן וואו ס'שטעקט די פארלוסט פאר די וויילער. פאר די פאליטיקער האב איך יא געזען אז זיי האבן מעגליך וואס צו פארלירן.

קען אפשר איינער וואס קען זיך אויס אין די ענינים אריינקומען קלאר מיט וואס פונקטליך די עסקנים און פאליטיקער זענען אזוי באזארגט?