בלאט 1 פון 1

זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:39 pm
דורך לאשיצער
חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח! :גוווט: