ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 888 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות

שליחה דורך חוקר ודורש »

היות איך דארף שיקן מיין מיידל אין סקול, און ליידער קומט דאס צוזאמען מיט עגמת נפש, די מוסדות גייען אריין אין דיין פריוואטע לעבן, למשל ווי דו לערענסט, ועל כולם ווילן זיי וויסן וועלכע פילטער מען האט. אנשטאט פרעגן א צווייטן אינפארמאציע וועגן דעם מענטש, אזוי ווי ביי א שידוך, דהיינו צו ער איז א פיינע היימישע איד וואס פאסט אריין אין דעם מוסד, גייען זיי דירעקט צום ציל, מיט אויספרעגן פארשידענע מאדנע שאלות, און זיי פאדערן א "היימישע" פילטער, מן הסתם ווייל כדי אריינצוגיין אין א היימישע מוסד דארף די פילטער אויך זיין היימיש, און ס'ליגט אונטער דעם אזא מין מחשבה אז אויב דו האסט נישט אזא מין פילטער ביסטו נישט משלנו. איי די היימישע פילטערס זענען עקסטרעם און עס איז נישט געמאכט פאר יעדעם, נו גוט מארגן צום חרדישן סיסטעם.

די שאלה איז צו די איינציגסטע וועג ארויס (א חוץ פון ארויפלייגן א היימישע פילטער) איז פשוט צו אפנארן דעם מוסד און לעבן "א דאבל לייף" מיט צוויי פאונס, איינס פאר די מוסד און א צווייטע פאר זיך, אדער איז יא דא עפעס א וועג זיי צופרידענצושטעלן אפי' אן א טעג, משומר, גדר, פילטער.

איך האב פרובירט אמאל מיט די טעג פילטער, און ס'האט מיר זייער נישט געפאלן, אז איך האב געוואלט הערן אין בית הכסא חיים שאולזון האב איך נישט געקענט, אז איך האב געוואלט ערב שבת זיך צוגרייטען א תורה פון אוניברסיטת בר אילן האב איך אויך נישט געקענט, און אזוי ווייטער, ועל כולם אויב האב איך געוואלט באזוכען קאווע שטיבל האב איך אויך נישט געקענט (טאקע א גרויסע בראך אז אזא גרויסע עולם קען נישט באזוכען דא).

איז מיין שאלה צו אלע חברי השטיבל, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות, א חוץ די היימישע פילטערס, איז דא נאך עפעס וואס גייט בדוחק אריבער? אדער מוז מען לעבן אחד בפה ואחד בלב.
שוב יום אחד לפני מיתתך

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר