חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:34 am

א שטורעם!! טויזענטער מענטשן גייען מיטהאלטען אלע הוצאות פון חיים עקשטיין'ס זוהן'ס חתונה אויף וואטסעפפ. ער וויל עס מאכן אונזער 10000 דאללער.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:35 am

א לינק פאר גרופּ נאמבער 8

https://chat.whatsapp.com/Ik5qrlH4O0XABjFAvqcIn1
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:39 am

8 גרופס פון 500 מענטשן? וועלכע מוסדות שיקט ער?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 753
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 793 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:53 am

איך ווינדער זוך אויב דאס איז נישט אדאנק יואלי ראטה.
דרך אגב גרופ#8, ווער האט אינטערנעט?
ביבער האקט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1892 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:59 am

ער האט עס שוין געטון בעבר, איך ווייס נישט אויב ממש צען אלפים, אבער אויך ביליג. די סעודה האט מען נישט פארטיילט, נאר וואך נאכט סטייל, יעדער נעמט אליין.

איך גלייב נישט אז ער איז באאיינפלוסט פון יואל ראטה, אויב יא קומט זיך אים טאקע קרעדיט. ר' חיים איז בטבע אזא מענטש וואס טוט וואס ס'איז ריכטיג און פייפט אויף די וועלט. ער איז א בחינה פון לעזער קרויס, נאר איין קליינע חילוק, ער איז א אומר מעט ועושה הרבה.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 2:12 am

אוודאי איז חיים עקשטיין א חסיד און נאנטער מענטש פון יואל ראטה.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 554
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 2:14 am

[code][/code]
חתם סופר האט געשריבן:א לינק פאר גרופּ נאמבער 8

https://chat.whatsapp.com/Ik5qrlH4O0XABjFAvqcIn1

ארבעט עפעס נישט ביי מיר
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 554
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

הודעהדורך נאך א מיינונג » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 10:28 am

אסאך פון אונז האבען נישט קיין וואצעפ, אדער עכ"פ נישט די גרופס, מחמת חמת המציק. אדער ווילען זיי נישט זיין אין א גרופ, ווייל עס שטערט זיי די צייט. אפשר קען איינער ברענגן די אפדעיטס דערפון און אונז אלע וועלן זיך לערנן אן עצה דערפון
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

הודעהדורך פליקער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 9:44 pm

מען ברויך מאכן א אפענע גרופע ווי מען קען דיסקאסירן אפענערהייט,נישט באופן אדמין, נישט קיין יושר אז איך האב וואס צי זאגן און עס בלייבט שטעכן ביים געדערעם.

אויב איז פארהאן א אפענע גרופע פאר דעם ביטע פאוסטען, איך וויל למשל איבערשמיסן זיי גלארייכען ברעסלעט וואס ער האט געקויפט פאר צוויי רייניש און ארויס מיט רעשט.

עס קעניש זיין א איינזייטיגע געשפרעך.

Sent from my SM-N976V using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

הודעהדורך יהושע חיים » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 2:57 pm

טעלגראם וואלט געווען דאס בעסטע אפציע פאר אזא גרויסע גרופ
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 478 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 8:58 am

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20191120_075811_555.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 5:43 pm

ער הייסט חיים אדער אהרן?
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20191121_164247_065.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

הודעהדורך בעל רגש » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 7:49 pm

זיך אנשטויסנדיג פאריגע וואך אין ביהמ''ד מיט דעם גליון היכל הקודש, האב איך עס אזוי דורך געבלעטערט, צווישן די יתודות'דיגע הדרכות פון מוהרא''ש, און די פראקטישע עצות פונעם ראש ישיבה, און פייערליכע מעלדונגען פון די לעצטיגע סיומי הש''ס, האט מיין אויג אויפגעכאפט א אינטערעסאנטען שטיקל נייעס, וואס האט מיר געגעבן א שטעל אפ, נעמליך, נישט מער און נישט ווייניגער ווי קהילת היכל הקודש פראקלימירט א גראנדיעזער שבת התוועדות! וואס וועט פארקומען אויף א גאר רייכע פארנעם און די crown plaza hotel און וויליאמסבורג, ווי אלע חברי הקהילה, אינגעלייט און בעלי בתים, וועלן בינעזאם מיט'ן בני בית צוזאמען פארברענגען אין א געהויבענעם שבת'דיגע אטמאספער, ווי דער ראש ישיבה וועט אינאיינעם איבער חזרן די הייליגע עצות פון מוהרא'ש, ווי אזוי מען קען זיך האלטן ערליך און אזא שמוציגע וועלט פיל מיט פגם הברית און נשג'' ז וכו' בלא בלא....
און איך שטיי און שטוין, קענסט מיר אפשר זאגן פאר וואס עס פעלט אויס אויסציגעבן אזויפיהל געלט וואס מען האט נישט,בלויז פאר איין שבת וואס גייט פארביי אין אפאר שעה?? ווילסט פארברענגען א געהויבענעם שבת נועם הנשמות? פיין, זאל מען מאכן אז יעדער זאל עסן ביי זיך אינדערהיים, טונקען די אייגענע קאטשעניו, און נאכן בענטשען, אריבערקומען אין ביהמ''ד ווי עס וועט זיין ציגעגרייט רייכע טישן מיט פרוכט און ניסלעך, די בחורים וועלן ציגרייטן און אפרוימען די טישן, און מען וועט אינאיינעם זינגען, פארברענגען זאגן דברי תורה, און שפירן אן אמת'ער עונג שבת, אן די הארץ ווי פון אויסגעבן אזויפיהל געלט פאר נארישע מותרות וואס קיינער דארף נישט! איז דאס נישט א פיהל מער לאגישע, אויסגעהאלטענע וועג? ווייל יענער האט אפגעמאכט אז א שבתון מוז קומען מיט פוסטע לוקסוס וואס קיינער דארף אפילו נישט, מיז עס יעדער נאך טאנצען?

איף בין בכלל נישט קיין צילייגער, און זיכער נישט פון אזא וויכטיגע נושא ווי חתונה סטאנדארטן וואס האט אמת'דיג אריבערגעשפרייזט אלע פראפארציעס, אבער איך מיין אז די נקודה איז מובן מאיליו.
לאמיר א מינוט אריינטראכטן פערוואס טאקע מאכט מען אזעלעכע לוקסעריעזע שבתון 'ס?
נאר כ'מיין יעדער וועט פארשטיין אז א שבתון איז א cozy experience וואס מענטשן ווילן ענדזשויען און געדענקען, ממילא כדי צו דערוועקן די ראמאנטישע געפיהלן, פראוועט מען עס אויף א מער לוקסעריעזער סטאנדארט וואס מען האט געווענליך אינדערהיים,זייער פשוט.
ממילא אפילו פון א logical point of view ביזטו אמת'דיג גערעכט מיט'ן וועלן מאכן א שבתון אין ביהמ''ד, אבער אויב פארשטייסטו נישט די emotional perspective פון דעם ביזטו א פאלנער טיפוש , און דאס פארשטייט אפילו דער ראש ישיבה שליט''א.
יעצט די נמשל קענסטו אליינס אויספיגערן, אויב איינער דארף הילף וועל איך אפשר באלד אריינקומען קלארער.
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

הודעהדורך moneyminded » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2019 10:55 pm

דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !

אין איין ווארט די חילוק איז, אז די שבת קאסט $850 א קאפעל וואס מען רוב אינגעלייט קענען עפפארדען פון די אייגענע טאש, א חתונה וויל יעדער א שיינע פענסי חתונה פאר 500 טויזענט דאלאר ווי בייטעל דער גור'ער אין עטרת חיה אפאר וואכן צוריק , אבער 99 פערצענט עולם קען זיך נישט עפפארדען קיין חתונה נאכט פאר 10 טויזענט אויך נישט , פאקט בלייבט פאקט

דיסקלעימער איך בין נישט קיין יואלי ראטה חסיד בכלל, גראדע איז דא זאכן וואס איך דיסאגרי מיט אים

אבער איך בין נייגעריג ווי אלט די ביזט און ווער עס האט באצאלט דיין חתונה פארן רעדן אזאנע קינדערישקייטען
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:01 am

moneyminded האט געשריבן:דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !

אין איין ווארט די חילוק איז, אז די שבת קאסט $850 א קאפעל וואס מען רוב אינגעלייט קענען עפפארדען פון די אייגענע טאש, א חתונה וויל יעדער א שיינע פענסי חתונה פאר 500 טויזענט דאלאר ווי בייטעל דער גור'ער אין עטרת חיה אפאר וואכן צוריק , אבער 99 פערצענט עולם קען זיך נישט עפפארדען קיין חתונה נאכט פאר 10 טויזענט אויך נישט , פאקט בלייבט פאקט

דיסקלעימער איך בין נישט קיין יואלי ראטה חסיד בכלל, גראדע איז דא זאכן וואס איך דיסאגרי מיט אים

אבער איך בין נייגעריג ווי אלט די ביזט און ווער עס האט באצאלט דיין חתונה פארן רעדן אזאנע קינדערישקייטען

דיסקלעמער איך בין יא א ר' יואל ראטה חסיד.
עס וואונדערט מיר אויך פארוואס פאר די שבת מעג מען יא ספענדן, איך ווייס מען קען מחלק זיין אבער די קושיא איז פארט שטערקער.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1909
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1059 מאל

Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

הודעהדורך moneyminded » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:16 am

עמעזאן האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !

אין איין ווארט די חילוק איז, אז די שבת קאסט $850 א קאפעל וואס מען רוב אינגעלייט קענען עפפארדען פון די אייגענע טאש, א חתונה וויל יעדער א שיינע פענסי חתונה פאר 500 טויזענט דאלאר ווי בייטעל דער גור'ער אין עטרת חיה אפאר וואכן צוריק , אבער 99 פערצענט עולם קען זיך נישט עפפארדען קיין חתונה נאכט פאר 10 טויזענט אויך נישט , פאקט בלייבט פאקט

דיסקלעימער איך בין נישט קיין יואלי ראטה חסיד בכלל, גראדע איז דא זאכן וואס איך דיסאגרי מיט אים

אבער איך בין נייגעריג ווי אלט די ביזט און ווער עס האט באצאלט דיין חתונה פארן רעדן אזאנע קינדערישקייטען

דיסקלעמער איך בין יא א ר' יואל ראטה חסיד.
עס וואונדערט מיר אויך פארוואס פאר די שבת מעג מען יא ספענדן, איך ווייס מען קען מחלק זיין אבער די קושיא איז פארט שטערקער.


וואס הייסט יא ספענדען ? יואלי לאזט נישט ספענדען אויף זאכן וואס די האסט נישט ,בעסער געזאגט סתם א אינגערמאן מיז ספענדען אפילו ער האט נישט און א יואלי ראטה חסיד מיז נישט טאמער ער האט נישט, יואלי ראטה מיט זיינע חסידים לעבן נישט אויף די וועלט? דרייווען נישט קיין קארס? וואינען נישט אין געקויפטע הייזער ? עסן נישט ? אזאנע העיטעד מענטשן אויף די סייט אז מען קען פייגערען,מענטשן מיט מרה שחורה , יא איך בין מקנא אסאך אינגעלייט וואס דרייען זיך ביי יואלי ראטה און זענען מער פרייליכער און צופרידן ווי אנדערע אינגעלייט , יואלי ראטה לאזט נישט פארן אויף קיין וועקעישאן? לאזט נישט גיין אויף א שאבאטאן? דאס גייט זיין די מינומים שבמינומים , נישט קיין לוקזערי קירבתנו שבת און קאסט אסאך ביליגער
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:39 am

עס איז מורא'דיג צו באמערקן, אז ברגע מ'רעדט פון יואלי ראטה, נעמט מען זיך רעדן זיין סארט שפראך. מ'רעדט פון אהבה מיט א האסעדיגע גיפט, מ'בארעדט יעדעם בשעת אז מ'רעדט פון אהבת ישראל. מ'פאדערט מ'זאל נוצן שכל מיט אומלאגישע ארגומענטן. עס איז עפעס א כח הפועל בנפעל.

בד"וו, מ'האט נישט קיין ברירה צו מ'זאל מיט גייט צו א שבת התוועדות. די זאכען זענען אויסגעשטעלט צוזאמען צו האלטן דער עולם. דער וואס וויל זיך האלטען א חלק פון די עולם, מוז מיטגיין, והוא דבר פשוט. ווען עס וואלט נישט אזוי געווען, וואלט קיינער נישט געמאכט קיין שבת התוועדות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9310
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8836 מאל

הודעהדורך בעל רגש » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:51 pm

moneyminded האט געשריבן:דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !

אין איין ווארט די חילוק איז, אז די שבת קאסט $850 א קאפעל וואס מען רוב אינגעלייט קענען עפפארדען פון די אייגענע טאש, א חתונה וויל יעדער א שיינע פענסי חתונה פאר 500 טויזענט דאלאר ווי בייטעל דער גור'ער אין עטרת חיה אפאר וואכן צוריק , אבער 99 פערצענט עולם קען זיך נישט עפפארדען קיין חתונה נאכט פאר 10 טויזענט אויך נישט , פאקט בלייבט פאקט

דיסקלעימער איך בין נישט קיין יואלי ראטה חסיד בכלל, גראדע איז דא זאכן וואס איך דיסאגרי מיט אים

אבער איך בין נייגעריג ווי אלט די ביזט און ווער עס האט באצאלט דיין חתונה פארן רעדן אזאנע קינדערישקייטען

איך זעה איך האב יא געדארפט בעסער ארויסברענגען די נמשל, צי פארמיידן זינלאזע אטאקעס דורך אזעלכע 'נישט' יואלי ראטה חסידים..(וואס ווייסט סאם האו אינסייד אינפאו וויפיהל די שבת גייט פונקטליך קאסטן.. באט עניוועי)
מיין נקודה איז בכלל נישט געווען ,צו טשאלענדשען יואלי ראטה און אים 'ווייזן' אז ער אליין קען אויך ספענדען געלט פאר אומנויטיגע זאכן, בכלל נישט,
איך האב פשוט געוואלט צוריקווארפן זיין דעמאגאגיע און פוסטע עטיטוד צו אים און פנים אריין,
ווער עס האט געהערט אמאל דעם ראש ישיבה'ס חיזוק שמועסן, ווייסט אז מהלך איז צו נעמען א געוויסע נקודה של אמת, און פשוט איגנארירן געוויסע פאקטארן וואס טוישט די מציאות, און בכלל נישט אדרעסירן די דאזיגע נקודות, נאר זיך נעמען רעדן פאוערפול און הויעך, באווירצט מיט קארנדיגע וויצן, ביז ווילאנג די זינלאזע נקודה זיצט באקוועם און די מוחות פון זיינע תלמידים, און Proof'ן זיך זעלבסט וואספארא היראו זייער ראש ישיבה איז מיט'ן זיך נאכאמאל דערוואגן צי פייטן עסטעבלישמענט...
דאס גענוי איז מיין פראבלעם ,ווען מען רעדט פון שניידן אומוויכטיגע הוצאות, און מען געט נישט קיין דעעם אז מען רעדט דא אויך פון מענטשען וואס זענען עמאציאנאל ביז גאר ווען מען מאכט חתונה א קינד, דאן קען עס נישט האבן קיין שום עפפעקט אויף די וועלט,
לאמיר נעמען א קליינע משל, פרייטאג צונאכטס קומענדיג אין ביהמ''ד ,פיהלט זיך יעדער קריספי און פריש, אפגעבאדן, מסודר, שיין אנגעטוהן, יעצט לאמיר אננעמען אז די סיבה פון דעם גוטן געפיהל, איז צוליב דעם שטריימל אויפן קאפ, און א עוורידזש שטריימל קאסט דעם אסטראנאמישן סכום פון $20,000, איין טאג וועט אויפשטיין א רעוואלוציאנער מיט א געוואלד, און זאגן אזוי, איך פארשטיי אז דו ווילסט שפירן דעם געהויבענעם פרייטאג צונאכטס פיהלינג, אבער ס'איז דאך נישט נארמאל דעם פרייז! לאמיר ערצייגן א שטריימל וואס קאסט בלויז ארום $2000 , דו בלייבסט וויטער מיט דעם דערהויבענעם געפיהל פרייטאג צונאכטס, טאקע נישט 'פונקטלעך' די זעלבע, אבער דאך דערהויבן, און דיין קעשענע ווערט נישט לער. אזא מענטש האט אדרעסירט דעם פראבלעם פון אלע אספעקטן, און געברענגט א זאכליכע לעזונג.

אבער אויב וועט קומען א צווייטער און אנהייבן ווילדעוון, ביסט מעשיגע אינגאנצען?? $20,000 פאר א פשוטער היטל?! ווער זאגט די דארפסט בכלל א שטריימל? געענדיגט מיט שטריימלעך! און מיין קהילה קומט מען שבת מיט א דאשיק! אזא מענטש האט נישט אדרעסירט דעם פראבלעם, און נישט געברענגט קיין לעזונג. פינטל.

יעצט דאס איז פונקטיליך די יואלי ראטה צוגאנג, אמער, דרייט מען מיט די פינגער, דער בחור האטעך געקענט שלאפן ביז יעצט און א ישיבה דארמיטארי אויף א שמאלע בעט, די מיידל האט דאך אויך געקענט גיין און קעמפ און שלאפן אויף א ספאנדש! איז ווייל זיי גייען יעצט וואוינען און איין הויז, שרייט דער ראש ישיבה מיט זיין קידערישן שכל, מוז מען זיי יעצט אויסשטאפירן מיט 48 בעטן????
און אלע חסידים פאטשען מיט גרויס הנאה ווי זייער היראו האט יעצט נאכאמאל 'אריינגעפליקט' פאר די נארישע סאסייעטי, און די לעזונג גייט ארויס קלאר. היירייזער בעטן!

איך מיין אז די נמשל איז אביסל קלארער, איך האב נישט קיין פראבלעם צי ספענדן אפאר דאלער פאר א רייכע שבתון וואס וועט מיר איבערלאזן מיט גוטע געפיהלן, אבער ביי אים עקזעסטירט דען עפעס חוץ קינדערישע לאגיק??
דאס איז מיין פראבלעם!
פארשטייסט צדיק?.
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

הודעהדורך smart » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 2:37 pm

מיר זעט אויס די גאנצע מעשה וואו א וועג צו כאפן פאלאויערס..


ער איז אינסורענס בראוקער אין דאס עיז א וועג צו קאנטאקטן מיט די מענטשהייט
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:21 pm

בעל רגש אין זיין ליסטע וואס ער האט ארטיסגעגעבן וויפל די הוצאת החתונה קאסט עים שיינט ארויס איין זאך סטראקעס=600 טאלער אה פלוצלינג לאזט ער זיך קאסטן אה ווייל דו דארפסט עס נו אנדערע מענטשן 'דארפן' אויך אנדערע זאכן !
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1640
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 842 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:22 pm

איך פארשטיי נישט, וואס ווילסטו זאל געשעהן? דער חתן זאל גיין צו די חתונה אהן א בעקישע?

און באמת איז דא גאר אסאך מענטשען וואס מאכען חתונה פאר ווייניגער ווי צען טויזענט דאלאר, דער חיים עקשטיין זז"ג איז גארנישט קיין מחדש, פרעגט אין בית המדרש די אלע אידען וואס איר ווייסט האבען נישט קיין לחם לאכול, וועלען אלע זאגען אז זיי האבען ב"ה חתונה געמאכט, און עס האט זיי גארנישט געקאסט, אפשר אביסעל בזיונות און אביסעל געזונט, אבער געלט? נישט קיין דאלאר, יעדעס דאלאר איז געוועהן פין א צווייטען.

און דער פאונט איז, אז דער ר' חיים עקשטיין זז"ג מאכט נישט חתונה פאר צען טויזענט דאלאר, ווער עס איז וואס נעמט קער פין דער מוזיק, צו עס איז א בחור פין דער ישיבה צו איינער וואס טוט עס פאר בחינם, גיבט אים אין עססענס 1500 דאלאר וויפעל א שפילער קאסט געווענליך, און אזוי איז לגבי דער חזן וואס זינגט ביי דער חופה וכו', ווייל ער האט קאנעקשינס און קען טרעפען מתנדבים זאלען אים געבען ביליגער צו בחינם יעדער זאך, מיינט נישט אז די חתונה האט באמת געקאסט צען טויזענט דאלאר.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2362
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1253 מאל

Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

הודעהדורך פארטראכטער » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:57 am

בעל רגש האט געשריבן:, ווי דער ראש ישיבה וועט אינאיינעם איבער חזרן די הייליגע עצות פון מוהרא'ש, ווי אזוי מען קען זיך האלטן ערליך און אזא שמוציגע וועלט פיל מיט פגם הברית און נשג'' ז וכו' בלא בלא....
.


מיט די זאץ האסטו פארלוירן די ארגומענט...

ושנית, יא געפילן נישט געפילן. פאר א שבתון ווערן רוב נישט פארארעמט אין קענען עס עפארדען. משא"כ ביים חתונה מאכן.


Sent from my SM-G955U1 using Tapatalk
נישט יעדער וואס שטארבט האט פארדעם געלעבט.
פארטראכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:07 am
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:10 pm

דו האסט 10 טויזענט מענטשן, אז דו וועסט עס איינפירן ביסטו נישט קיין קולט!

https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 5197637633
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך חתם סופר » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:11 pm

זייער אמת'ע מעסידזש פריער ארויף אויף עקשטיין'ס טשענעל


This might be an awareness to all: When I got married, I had to get all my household items from linens to kitchen stuff everything down to the last item ... From an organization that helps kallahs in need. (They gave me everything I needed including gift certificates in stores to buy clothes and robes etc...)My father is a melamed and really couldn't afford to give me, which I really understood because we grew up that way and hardly complained- u babysat by people's homes at night in order to support myself. All my money that I made from working went towards some of my chasuna shopping etc etc ..... The part that really bothers me today (I was too young to realize it then) was that I had a magnificent chasuna in a "takunes" hall (I had to wait 8 months to get married because my mother in law wanted a specific hall and another 100 invalid reasons ) Sheva brachis was to the "T" .... Then we came home after the chasuna and I had $6 to my name !! My husband found singles in some of his pockets and thats all !
How much happier would I be if my parents would make my chasuna in the cheapest hall and then give me even $50 for groceries till I go back to work after Sheva brachis ???
Ps I'm married for almost 6 years and my father is still paying for my chasuna how sad is that ? I look at my furniture and I want to cry for my father . Am I a queen that needs massive gorgeous furniture when my parents apartment is falling apart ?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

הודעהדורך בעל רגש » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:43 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
בעל רגש האט געשריבן:, ווי דער ראש ישיבה וועט אינאיינעם איבער חזרן די הייליגע עצות פון מוהרא'ש, ווי אזוי מען קען זיך האלטן ערליך און אזא שמוציגע וועלט פיל מיט פגם הברית און נשג'' ז וכו' בלא בלא....
.


מיט די זאץ האסטו פארלוירן די ארגומענט...

ושנית, יא געפילן נישט געפילן. פאר א שבתון ווערן רוב נישט פארארעמט אין קענען עס עפארדען. משא"כ ביים חתונה מאכן.


Sent from my SM-G955U1 using Tapatalk

דאכט זיך אז איך האב שוין מסביר געווען אז מיין נקודה האט קיין שיכות נישט מיט די פינאנציעלע פוינט אף וויו פון דעם חתונה פראבלעם, נאר סך הכל געניצט דעם שבתון אלס ביישפיל ווי אבסורד זיין מהלך איז, און ווי דער 'רעוולוציאנער' אליין פארשטייט ווי מען ברויך אריינברעגען אביסל ראמאנטיזם, אז די האסט א זאכליכע ארגומענט אויף דעם פונקט, אדרבה.
ביטע ליין עס איבער, און פרוביר דאס מאל מער פאקוסירן אויף דעם נקודה, אנשטאט ווערן עראוזט פון די 'שמוציגע' ווערטער ווי פגם ה.....
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron