טענקסגיווינג: קען מען יוצא זיין מיט מודים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

טענקסגיווינג: קען מען יוצא זיין מיט מודים?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]פאר א קנאפע דריי טויזענט יאר צוריק – האבן די הייליגע חז''ל אראפגעשטעלט די שמונה עשרה. אכצן ברכות וואס אידן זאלן זאגן טעגליך. דער זעכצענטע ברכה הייבט זיך אן מיט די ווערטער מודים אנחנו לך... אין די דאזיגע ברכה פון מודים לויבן און דאנקן מיר דעם הייליגען באשעפער פאר אלע גוטס וואס ער האט געטאן מיט אונז, און טיט מיט אונז שטענדיג אויף טריט און שריט...
פאר מאנכע איז דאס ווארשיינליך נישט גענוג. לעצטענס האט זיך פארמירט א פרישע באוועגונג וואס רופט זיך טענק יו השם. די אנגעשלאסענע אינעם באוועגונג זענען איבערגעצייגט אז ווען מען זאגט מודים אנחנו לך אויף ענגליש – טענק יו השם, זעט מען באשיינפערליך הימעלישע ישיעות, א שטייגער ווי ווען מען עסט א שטיק געפילטע פיש לע''נ רבי ישעהו בן רבי משה...

דער געדאנק איז אייגענטליך נישט קיין נייער געדאנק.

אינעם זעכצענסטער יאר הונדרעט האט דער ענגלישער קעניג זשעימס דער ערשטער נישט ערלויבט פאר זיינע אונטערטאנען צו פרעפלען לויט זייער ווילן. אלע ענגלישע בירגער זענען געווען געצווינגן צו פרעפלען צו זייער ג-ט גענוי אויף די זעלבע נוסח ווי דער קעניג זשעימס. פאר מאנכע ענגלענדער האט דאס זייער נישט געשמעקט – זיי האבן געוואלט פרעפלען אויף זייער אייגענעם נוסח. דער קעניג האט זיי דערפאר אונטערדרוקט אויף אזא ברוטאלישער פארנעם, אזש זיי זענען געווען געצווינגן צו פליכטן פון ענגלאנד קיין האללאנד.
דארט אין האללאנד זענען זיי טאקע געווען פריי צו פרעפלען צו זייער ג-ט לויט זייער באגער. אבער זייער מאטריאליסטישער צושטאנד איז געווען זייער א שווערע. די פילגראמירער ווי זיי האבן זיך גערופן, האבן באשלאסן איבערצולאזן דעם אייראפעישער קאנטינענט אויף אייביג, און זיי האבן אריבערגעשפרייזט דעם ברויזענדעם אנטלאנטיק און זיך באזעצט אינעם ג-ט-געבענטשטער-לאנד פון קלומבוס, מערסטייל פון זיי האבן זיך באזעצט אין די ניו ענגלאנד קאליניעס.

ערשט האבן די פילגראמירער גאר שטארק אונטערגעהונגערט, ביז די אינדיאנע שבטים זענען געקומען צו זייער באלדיגער הילף. די אינדיאנער האבן זיי אויסגעלערענט ווי אזוי צו פלאנצן ווייץ, גערשן, קארן, און קאַבאַק, אויפן אמעריקאנער באדן. דער ערשטער שניט האט טאקע גאר שטארק געראטן, און די פילגראמירער זענען געווען אויסער זיך פאר פרייד. אזש זיי האבן איינגעלאנדעט די אינדיאנער צו א גרויסע מאלצייט וואו עס איז סערווירט געווארן צווישן די אנדערע, נארמהאפטיגע געבראטענע אינדיקעס אונטערגעשלאגן מיט צודרוקטע קארטאפל. און איידער די מאלצייט האט יעדער געמוזט אויסדרוקן א דאנק צום באשעפער פאר די גוטס וואס ער האט מיט זיי געטאן. זיי האבן ווארשיינליך אויך געגלייבט אז מען דאנקט דעם באשעפער אויף גוטס וואס ער טיט, שיקט ער ווייטער די שפע מיט א ברייטקייט. דאס איז פילייכט געווען דער ערשטער טענקסגיווינג מאלצייט דא אויפן אמעריקאנער באדן.

גענוי ווי מיר אידן עסן פסח מצה, צוליב דעם וואס אונזערע עלטערן האבן עס געגעסן אלס שקאלפן אין עגיפען, אזוי אויך עסן די אמעריקאנער איינמאל א יאר געבראטענע אינדיקעס וואס זייערע עלטערן האבן געגעסן ביי יענעם נאסטאלאגישער מאלצייט אין ניו ענגלאנד, און איידער די מאלצייט זאגט יעדער באנאזאם טענק יו השם...

די פראגע איז בלויז צו מארגן ביים גרויסארטיגן אינדיק-מאלצייט דארף מען זאגן אויף גויאיש טענק יו השם? צו מ'קען אויך יוצא זיין מיט מודים פון די שמו''ע?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר