יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!

הודעהדורך calculator » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:32 pm

יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 297
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:41 pm

יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1364 מאל

הודעהדורך calculator » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:49 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.


מיר זעהן טאקע, זינט ער מיט אהרן ווידער מאכן נויז דא אין מאנסי, האט מען אונז זייער ליב.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 297
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:31 pm

calculator האט געשריבן:יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.


קענסט דיך אפשר מסביר זיין? וואס פונקטליך שטערט ער דיר?
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:40 pm

יוסי, דו האסט שוין גאר אסאך אויפגעטוען דורך OJ PAC!! איך פערזענליך האב געטוישט "מיין" בליק אויף אונדזער קאמיוניטי נאכן דורך ליינען דיינע ארטיקלען (פראפערטי טעקס, סקול קאסט וכו), און האב שוין פערזענליך געהערט פון נישט היימישע שטארק פאזיטיווע ווערטער אויף דיין ארבעט.
חזק ואמץ!!
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:44 pm

calculator האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.


מיר זעהן טאקע, זינט ער מיט אהרן ווידער מאכן נויז דא אין מאנסי, האט מען אונז זייער ליב.


ווייל פאר זיי האט מען אונז זייער ליב געהאט.. ווי באקאנט איז Preserve Ramapo ערפינדן געווארן א טאג נאך יוסי'ס ערשטע אינטערוויאו..

בכלל וואס קנעסטו צוזאם די צוויי?! איינער איז אן עלעקטעד אפישעל, דער צווייטער אן אומבאצאלטער עסקן.
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:35 pm

דער קאלקולעיטור איז אייגנטלעך געטריגערט געווארן פון עפעס א לעצטיגע עפיזאד, קען איינער ביטע ציטירן וואס האט פאסירט? וואס האט געשטעטנער געזאגט אדער געטוהן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

הודעהדורך real fake news » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:39 pm

לכאורה רעדט ער פון דעם

איך האלט גראדע נישט אז ער האט געזאגט שלעכט, כשעם מיך נאר אביסל פון זיין ענגליש
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:47 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.
איסר; דיין לייק פארן פותח האשכול מיט דיין תגובה דא איז ווי זאלץ אין א קאווע, קענסט אפשר מסביר זיין וואס פינקטלעך דו ווילסט??
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 734
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3657 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:50 pm

די לייק איז פארן עפענען דעם אשכול און ארויפברענגען דעם טעמע אויפן טיש. מיין תגובה איז מיין מיינונג.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1364 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:51 pm

אויב ס'איז יענע קליפּ, זעה איך נישט קיין שלעכטס דערין. זיין ענגליש איז אויך גוט, ער האט א חסידישע/סאטמארער אקצענט, אבער מיט דעם איז ער גארנישט אנדערש ווי דער שחור, אינדיאנער, ספאנישער וכו'. ער איז א מינאריטי פונקט ווי אנדערע.

ס'איז פארשטענדליך אז ס'דא וואס וועלן אוועקמאכן זיינע מהלך און סטראטעגיע, ס'קען אויך זיין אז ס'דא בעסערע סטראטעגיעס.

אין אנדערע נייעס איז דער מאסטער וואס קאלקולעיטור איז אזוי פארקויפט פאר זיינע מעשים טובים אזש אז ס'גייט איהם ממש שפייעכץ פון מויל ברענגענדיג דא יעדע שטיקל (א''ג) פארשריט, און נייע אנשטויסעניש וואס ער מאכט אונז אן. איז טאקע ער, דער מאסטער, אסאך א גרעסערע חורבן פאר אידנטום! דער מאסטער האט אונז געמאכט א חורבן פון אינעווייניק און בעיקר פון גרויסען. גורם געווען פיל מער אנטיסעמיטיזם ווי געשטעטנער, ווידער נידערמאן פעירלס וכו' צוזאמען.

ממילא מיסטער קאלקולעיטור, קום מיר נישט מיט קיין לאקשאן אז ס'גייט דיר ממש בנפשך דאס אויפרייצן ס'גוים און זיי גיבן לעגיטימע סיבות אונז פייט צו האבן.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:58 pm

הער אויף יוסי! מ׳זעמיר אין גאָלעס! באלד וועט ער נאך פאדערן גלייכבארעכטונגען! שומו שמים
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך בן ישי » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 4:12 am

calculator האט געשריבן:יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.

Just for the record
אהרן בנציון ווידער איז און א געגענט אין ספרינג וואלי ווי עס איז דא אסאך מער גוים ווי יודן און אויב ער וואלט נישט געהאט די שטיצע וואס ער האט פון די גוים וואלט ער נישט געקענט געווינען!
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

די געקרייזלטע זשעלי פיאות מאכט די זאך!

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 11:03 am

וואס אימער רעב יוסל טוט יא צו נישט מאכט נישט אויס, אין די אויגן פון יעדע יעדע רעכטדענקיגער באשעפעניש איז ער פונקט אזוי ווערט ווי די יודנראט וועלכע האבן קאמאנדעוועט אינעם קובנער געטא. בלויז איין זאך - די שיינע דיפעטדיטא פאות זאל ער אויף קיין שום פאל נישט אויפגעבן. דאס מאכט די זאך. די דאזיגע שיינע זשעלי פייקעלעך דערמאנען אונז ווי אזוי די פארצייטישע אידישע שתדלנים האבן אויסגעזען. כ'בין זוכער אז רבי יוסלמאן פון רויסהיים און רבי שמשון ווערטהיימער פון וויען האבן פארמאגט גענוי אזעלכע שיינע זשעלי פייקעלעך ווי אונזער רבי יוסי פון די קוואל-טאל גיבערניע. און ווען רבי חיים הערש מאנהיימער ז''ל וואלט ווען געמאלט פארמאגט אזאנא זשעלי פייקעלעך ווי אונזער רעב יאסי, וואלט ווען קייזער פראנץ יוזעף זעלבט ווען זיך אנגעשלאסן אין די אומפאפולערע ארטאדאקסיע באוועגונג אין אונגארן. רבי יוסף! לך בהזשעלי פייקעלעך והושיע את ישראל....

ישראל נושע בהשם תשועת עולמים.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1761
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1970 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 3:47 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
וואס אימער רעב יוסל טוט יא צו נישט מאכט נישט אויס, אין די אויגן פון יעדע יעדע רעכטדענקיגער באשעפעניש איז ער פונקט אזוי ווערט ווי די יודנראט וועלכע האבן קאמאנדעוועט אינעם קובנער געטא. בלויז איין זאך - די שיינע דיפעטדיטא פאות זאל ער אויף קיין שום פאל נישט אויפגעבן. דאס מאכט די זאך. די דאזיגע שיינע זשעלי פייקעלעך דערמאנען אונז ווי אזוי די פארצייטישע אידישע שתדלנים האבן אויסגעזען. כ'בין זוכער אז רבי יוסלמאן פון רויסהיים און רבי שמשון ווערטהיימער פון וויען האבן פארמאגט גענוי אזעלכע שיינע זשעלי פייקעלעך ווי אונזער רבי יוסי פון די קוואל-טאל גיבערניע. און ווען רבי חיים הערש מאנהיימער ז''ל וואלט ווען געמאלט פארמאגט אזאנא זשעלי פייקעלעך ווי אונזער רעב יאסי, וואלט ווען קייזער פראנץ יוזעף זעלבט ווען זיך אנגעשלאסן אין די אומפאפולערע ארטאדאקסיע באוועגונג אין אונגארן. רבי יוסף! לך בהזשעלי פייקעלעך והושיע את ישראל....

ישראל נושע בהשם תשועת עולמים.


עס זעהט אויס אז דו קענסט נישט קיין טראפ אידישע היסטאריע. דו פארגלייכסט געזעצלעכע עוולות צו ווייאלענס.

ווען א רעגירונג מאכט געזעצן פון דיסקרימינעישן אדער אנדערע שלעכטע געזעצן וואס אינוואלווט נישט קיין דירעקטע ווייאלענס נאר די rule of law, דאמאלס קען רעדן און שתדל'ען אויפטוהן. אבער ווען א רעגירונג טוט ווייאלענס אדער טאלערירט ווייאלענס למחצה, לשליש, ולרביע, במישרין או בעקיפין, פאר סיי וועלכע סיבה, העלפט נישט קיין שתדל'ען נאר זיי ניצן אויס דיין שתדלנות דיך נאך מער צו שעדיגן אלעס אין נאמען פון דיר העלפן.

די יודענראט איז באשטאנען פון מענטשן וואס זענען אזוי ווי דיר, קיינמאל נישט אויפגערעגט די פאליטישן, אלס זיך צוגעשטעלט צו זיי מיט כבוד, מיטן תירוץ אז זיי ראטעווען די מצב, אזוי ווי דו ווילסט. די ביסל וואס האבן זיך אויפגעפירט אזוי ווי יוסי זענען געווען די וואס האבן געראטעוועט די מערסטע וואס נאר שייך. ווען מער אידן וואלטן זיך אויפגעפירט אזוי וואלט די אידישע היסטאריע געהאט ווייניגער אידישע בלוט פארגאסן. די מענטשן וואס טראכטן און רעדן ווי יוסי זענען רעאליסטיש און דערקענען די סכנה פאר וואס עס איז. די וואס זענען ווי דיר, פרובירן אלץ צו זיין אין דינייעל און פראבירן איינצורעדן זיך און אנדערע אז די סכנה איז עפעס אנדערש אדער אז מיר זענען אליינס שולדיג פארן כאפן קלעפ. ווען אונז וואלט מיר געווען א טראפ נייסער וואלט יעדער אונז געקושט.

גיי ווייטער מיט דיין קאפ אין וואנט אריין.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 153
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך יאנואר 01, 2020 8:28 pm

יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 01, 2020 8:40 pm

מאך זיכער האט געשריבן:יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.


So דו זאגסט אז די שטעכעריי איז געקומען צוליב יוסי'ס בילד פון די שטעכעריי, We got your point.
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:16 am

מאך זיכער האט געשריבן:יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.

די בילד איז זייער שווער צו זעהן אבער אוי ווי עס טוהט אויף!
ביז דעם בילד האבן מענטשן נישט געכאפט וואס פאר א שרעקליכע שטעכעריי דא איז פארגעגאנגען און ס'איז נישט נאר געווען ניסים, ליידער דארף ר' יוסל ניימאן רחמי שמים!
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די משפחה האט געבעטן יוסי צו מפרסם זיין די בילד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן ישי אום דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:20 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:19 am

און אגב, נאך דעם דרשה האט יוסי זיך געטראפן עד דעי און די הויז פון הרב ראטענבערג און געהאט א אפענע שמועס מיט עם.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20200102-100609_Twitter.jpg
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

Re: יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:38 am

בן ישי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.

די בילד איז זייער שווער צו זעהן אבער אוי ווי עס טוהט אויף!
ביז דעם בילד האבן מענטשן נישט געכאפט וואס פאר א שרעקליכע שטעכעריי דא איז פארגעגאנגען און ס'איז נישט נאר געווען ניסים, ליידער דארף ר' יוסל ניימאן רחמי שמים!
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די משפחה האט געבעטן יוסי צו מפרסם זיין די בילד.

עס פארט ארום זייער א שארפע וואויס נאוט פון א משפחה מיטגליד וואס שעלט אז מען האט פארשפרייט אזא בילד.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 684
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 729 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:47 am

געווענליך איז דא מער ווי איין משפּחה מיטגליד, און ס'איז זייער נארמאל אז משפּחה מיטגלידער זאלן נישט איינגיין אויף יעדע קליינע אדער גרויסע זאך צוזאמען.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

הודעהדורך בן ישי » פרייטאג יאנואר 03, 2020 11:21 am

נעגעל וואסער האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.

די בילד איז זייער שווער צו זעהן אבער אוי ווי עס טוהט אויף!
ביז דעם בילד האבן מענטשן נישט געכאפט וואס פאר א שרעקליכע שטעכעריי דא איז פארגעגאנגען און ס'איז נישט נאר געווען ניסים, ליידער דארף ר' יוסל ניימאן רחמי שמים!
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די משפחה האט געבעטן יוסי צו מפרסם זיין די בילד.

עס פארט ארום זייער א שארפע וואויס נאוט פון א משפחה מיטגליד וואס שעלט אז מען האט פארשפרייט אזא בילד.

די משפחה האט געהאלטן א פרעס קאנפרענץ און מסביר געווען פארוואס זיי האבן פארשפרייט די בילד.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 05, 2020 12:51 am

יא, איך האב געזען א קליפ פון די קאנפערענץ, די משפחה מיטגלידער זעלבסט האבן ארויסגעגעבן דעם בילד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18135 מאל

הודעהדורך טראכטכמוני » מאנטאג יאנואר 06, 2020 2:07 am

calculator האט געשריבן:יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.

ביסט נישט דער איינצוגסטער וואס האלט אזוי
https://twitter.com/hasidic_1/status/12 ... 5175317511
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך בעל מדות » פרייטאג יאנואר 10, 2020 12:02 pm

.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron