דורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:23 pm
איך האב גארנישט אין מיין לעבן געהערט פון דער רב, און נישט געליינט דער מאמענט, אבער וואס פאר א נידריגקייט איז עס צו נוצן די לעצטיגע צרות, כאילו די שולד איז גאר זיינס!? ווער איז דער כותב פון אזא צעטל?
און יעצט זעי איך דריי פון די פיר פרצופים היושבים ראשונה בליקוואוד האבען זיך אויך ווארעם אנגערופן לטובת מצוה רבה זו. ווי ער דער פערטע? ער האט עפעס מער שכל ווי די אנדערע? זיין ווייב האט אים נישט געלאזט אונטערחתמנ'ן?
אהא! ר' אליה בער האט געחתמ'ט! אה, יעצט דארף איך טאקע גלויבען אז אלס איז דורכגעטראכט. ווייל איך געדענק ווען איך בין געווען אין ישיבה ביי אים, איז אנגעקומען אן איזראעלי און אים איינגערעדט אז ער דארף געלט צו קענען טרעפן א שידוך און קויפען א דירה, און ער האט געהייסען די בחורים גיין נאך געלט פאר אים אום פורים. די בחורים האבען מסביר געווען פאר דער ראש ישיבה אז דער איזראעלי איז א פאוני באלאוני און ער דארף נישט חתונה האבען און די געלט גייט אים נישט חתונה מאכען. אבער דער ראש ישיבה ווייסט בעסער. דער בחור איז נאך היינט, צוואנציג יאר שפעטער, אין אמעריקא, און ער האט קיין דירה נישט געקויפט מיט די געלט וואס ער האט געשנאדערט, עכ"פ נישט אין א"י. חתונה האבען האט ער שוין נישט געדארפט, אבער עכ"פ האבען די בחורים געלערנט א שיעור וואס איז דער ווערט פון דער מיינונג פון ר' אליה בער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא