דורך אישתישבי » מיטוואך יאנואר 01, 2020 9:34 am
האבן מיר דא א מחלוקת הפוסקים גדולי דורנו שליט"א, אויף איין זייט האבן מיר ר' שמואל ניימאן שליט"א ער האלט אז מען מעג, און מען דארף הנאה האבן אויף דער וועלט ווי מער, פארשטייט זיך לשם השם, נאר ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט, אבער דאך, הנאה האבן איז מוכרח, און מען ברויך עס נישט פייטען, אדרבה עמברעיס עס, און האב הנאה.
(ובלכתך בדרך האלט ווי ר' ניימאן, אויף יעדער טעיפ זאגען זיי "הערט און האט הנאה").
אין די פרטים פין ר' שמואל'ס שיטה, איז דא ארויף געלייגט געווארען א רעקארדינג, וואס מען וועט בעזר השם מפרט זיין. (דער קלימאקס פין הנאה איז מצות עונה, און מען דארף אז די נשמה זאל אויך הנאה האבן, און פארדעם איז דא אלע רעסטריקשענס אין דער ענין. מען דארף האבן א עמאציאנאלע קאננעקשען מיט א ווייב, כדי כנ"ל).
בדרך כלל האלט ר' אביגדור מילער אויך אזוי, אז מען ברויך הנאה האבן אויף דער וועלט.
ווידער מצד שני זענען דא די דרייסיג רבנים וואס האבן אינטער געשריבן קעגן ר' שמואל, זיי האלטען אז דאס איז דרך לא שערום אבותינו, און מען ברויך זיין פארקוועטשט, וואס ווייניגער הנאה האבן, די גאנצע מעשה מוז מען טוהן פשוט מען זאל האבן קינדער (מי יתן אז אלע אידען זאלען האבן קינדער דורך בוני עולם פארזיכערט אהן הנאה) כאילו כפאו שד. די הנאה דארף מען סאפרעסען און לייקענען, ווען איינער זאגט אז ער האט הנאה דארף מען אים מאכען פילען ווי א גראבע אינג.
בכלל פארברענגט מען נישט מיט דער ווייב צו פיל, די הרחקות פין נדה זענען גוט אגאנצען וואך, און אפילו שבת בייטאג ( חוץ פאר די סלאנימער), און פרייוואג צו נאכטס פאר מדקדקים, טאמער איינער פארברענגט מער ווי צוויי מינוט איז ער עוסק במעשה בהמה, און די קינדער? רחמנא יצילנו, אלע טראבעל מעיקערס זענען קינדער פין עלטערען וואס האבן הנאה געהאט.
ויש להאריך עוד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!