יתרו האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די טענה אז 'ער נעמט $250, ווער וואס וויל נישט צאלען, זאל נישט קומען', איז פשוט זינלאז. טהעראפי איז נישט עפעס א לוקסוס וואס מענטשן נעמן פון לאנגווייליגקייט. מענטשן ווערען 'געשיקט' קיין טהעראפי, די סביבה פאדערט עס פון איהם. און דאס אז עס איז נישט דא קיין וועג וויאזוי א מענטש קען זיך אליינס איבערצייגען וואס ער איז ווערט, מיינט אז עס איז נישט קיין אפענע מארק.
די קאפיטאליסטישע מהלך ארבעט אין געוויסע פעלדער, נישט אין אלע.
פאר עפעס א סבה מוז איך עס נאכאמאל איבערחזר'ן, אבער מיט די צעטיל האט עס גארנישט
ווער ס׳שיקט צו טעראפי איינער וואס האט נישט קיין לייסענס איז עס זיין פראבלעם!
ווער שיקט צו אים? איינער וואס דארף טעארפי זאל נאר גיין צו איינעם מיט לייסענס.
איך גלייב אז אויב מענטשען גייען צו אים און באצאלן אים 250 דאללער מוז זיין אז ער האט א reputation פון העלפן מענטשען.
קען זיין די וואס שיקן צו אים קענען געוויסע קעיסעס וואס ער האט געהאלפן?
אויב נישט פארוואס שיקט מען צו אים? ער איז נישט קיין געלערנטע דאקטער???
עס האט גארנישט מיט REPUTATION עס האט מיט א גוטע PR און א גוטע REFERRAL SOURCE און ער באט ברוך השם ביידע, זיין ריפעררל סאורס איז יעדע שלום בית קעיס וואס האט מיט אידישע ענינים ווי OCD און קדושה יתירה פלעגט מען שיקן צו איהם ווייל ער איז א גרויסע מתיר און די ענינים. און ער האט זיך אויפגעבויט א גאנצע ביזנעסס פון דעם צו ער טויג יא צו נישט.
אלעס איז מעגליך. אבער מ׳פארקריכט פון די נושא ווי פריער געשריבן.
טעראפי איז א טריקי ביזנעס, לדעתי ווען מ׳גייט צו א טעראפיסט דארף מען זיין גרייט צו פארלירן געלט. סאיז א שטיקל געמבעל! סאיז נישט ווי מ׳קויפט עפעס ביי וואלמארט אדער אויף עמעזאן וואס מ׳קען צוריקגעבן ביז דרייסיג טעג.
קיין איין טעראפיסט געט נישט צוריק קיין געלט פאר קיינעם וואס איך האב דערווייל געהערט!
געוויסע דאקטורים און טעראפיסטן העלפן פאר געוויסע מענטשען אין געוויסע מצבים און זייער אסאך מאל געלונגט נישט די joke
סאיז זייער ענדליך צו אריינגיין צו א רבי מיט א קוויטל... נישט ממש אבער גאנץ נאנט.
אינטערשטע שורה נישט יעדע טעראפיסט וואס האט געהאלפן פאר איינעם מיינט נאכנישט אז א צווייטער וועט ווערן געהאלפן ביי אים אפילו ער איז א גרויסע געלערנטע דאקטער. און דער יעניגער מיט די פראבלעם דארף טאקע קענען אויסגעבן אסאך געלט ביז ער טרעפט אן די ריכטיגע טעראפיסט וואס ארבעט, און איז טאקע א רחמנות, אבער מקען נישט האבן קיין טענות ווען איינער קומט און בעט געב פאר מיר אוועק די צייט און דערנאך שרייען האסט מיך באגנבעט ווען יענער ווייסט פאראויס וויפל עס גייט אים קאסטן, ס׳קען זיין ס׳גייט נישט ארבעטן, און אז ער האט א ברירה צוגיין צו א צווייטען...
בכלל איז זייער אומקלאר דא וויפל געלט הרב ניימאן בעט. יעדער קומט אריין דא מיט אנדערע אינפארמאציע, איינער שרייט Pro bono
דער אנדערער שרייט גנב, א דריטער האט שוין צוריקגעצויגן... מ׳דארף קודם וויסן אלע פאקטן דן צו זיין א מענטש! פון וועמען האט ער גענומען געלט? וויפל געלט? וואס האט ער געטוהן פאר יענעם? וויפל שעה האט ער זיך אפגעגעבן מיט יענעם? וויפל פעללער האט ער געארבעט בחנם? וואס זענען זיינע methods וכדומה פאר מ׳רעדט פון די געדערים ארויס...
מ׳קען נאכנישט אפ פסלן א מענטש פאר די אלע זאכן און פאר מ׳ווייסט קלאר אלע דעטאלן.