ווען דרייסיג רבנים באשמוצן א ת"ח ומורה הוראה מובהק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ווען דרייסיג רבנים באשמוצן א ת"ח ומורה הוראה מובהק

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:16 am

מיט שאק און ווייטאג האט מען אויפגענומען די פרישע קול קורא וואס איז היינט אווענט ערשינען קעגן א חשוב'ען רב, א תלמיד חכם, א דיין, א בעל עצה, הרה"ג הנפלא רבי שמואל ניימאן שליט"א, פון מאנסי. ווער עס ווייסט וואס הרב ניימאן האט שוין אלץ אויפגעטוהן פאר כלל ישראל און פאר יחידים – ווייסט. און דער וואס ווייסט נישט, מעג נעמען דעם פאקט אז 30 רבנים האבן אים גע'אסר'ט ווי א ראיה אז ער האט שוין אוודאי אויפגעטון גדולות ונצורות.

אבער איך בין נישט דא אויסן צו איבערצייגן אידן אז הרב ניימאן איז א איש מורם מעם, וואס האט אריינגעבלאזן א חיות אין אידישקייט און אין לעבן פאר אומצאליגע מענטשן. איך רעד דא בעיקר צו די וואס ווייסן דאס שוין, און קומען היינט נאכט צו קאווע שטיבל מיט א צעבראכענעם געמוהט, זעענדיג ווי שוין ווידעראמאל האבן עלטערע רבנים פון די פריערדיגע דור אריינגעשטאכן א שווערד אין הארץ פון כלל ישראל, און זויגן פון אונז ארויס אונז לעצטע ביסעל התלהבות און חשק פאר תורת ה' ומצוותיו הק'.

איך וויל דא זאגן, טייערע אידן, דאס איז נישט אידישקייט!! מיר דארפען נישט ווערן געפאלן ווען מענטשן באיצטלא דרבנן טוען זיך אהן א פלאכן הוט און פסק'ענען דיני נפשות אהן אפילו רעדן צו דעם מענטש אליין. חז"ל האבן געוואוסט וועגן די אלע דרייסיג רבנים, און האבן אונז שוין געווארענט וועגן זיי אז זיי וועלן ברענגען א חורבן פאר כלל ישראל.

ווי די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין "לא תסמכו לנא לא מסרמיסין ולא מסרמיטין ואמרי לה לא מחמיסין ולא מטורמיסין" מ'זאל חלילה נישט געבן קיין סמיכה פאר תלמידי חכמים וואס זענען סרמיטין, סרמיסין, מחמיסין און טורמיסין. וואס זענען זיי? זאגן די מפרשים וואס זיי זענען:

סרמיסין: די וואס פארדרייען די טעמי התורה

סרמיטין: די וואס געבן נישט קיין גוטן טעם פאר זייערע פסקים

חמיסין: די וואס געבן נישט קיין טעמים אויף די תורה

טורמיסין: דאס א מין זויערע באנדעל. מ'זאל נישט מסמיך זיין א זויערע מענטש וואס פארשטייט זיך נישט מיט מענטשן.

אט דאס זענען אונזערע דרייסיג רבנים!

איינע פון הרב ניימאן'ס חשוב'סטע פעולות טובות איז אז ער דרייט צוריק די תורה לתיקונה, צו פארעכטען די אלע פארדרייטע פסקים און זענען נאר געמאכט צו פארשווערן די לעבן און צו פאר'מיאוס'ן אידישקייט. די דרייסיג רבנים ווילן זיך האלטען צו זייערע פארדרייטע תורות. סרמיסין!

יעדער האט געהערט די רעקארדינגס ווי מ'פרעגט די רבנים פארוואס און פארווען מ'גייט אזוי ארויס און מ'אסר'ט א איד א ת"ח ברבים, מ'באשמיצט אים און מ'שעכט אים אפ זיין לעבן, אבער זיי קעקעצען און קענען נישט ארויסברענגען קיין שום טעם, און אוודאי נישט קיין טעם הגון. סרמיטין! חמיסין!

ווער עס קען די אלע רבנים פערזענדליך ווייסט וואספארא זויערע באנדלעך זיי זענען. ווי מ'קען נישט האבן קיין נארמאלע מענטשליכע קשר מיט זיי. אלעס איז מיט יהורא און אויבער חכם'דיגקייט אהן קיין שום מענטשליכקייט. און די צווישען זיי וואס האבן יא אביסעל סאשעל סקילס, זענען אינגאנצן אפגעריקט פון די דור. זיי לעבן אין זייערע יארן פון א דור אדער צוויי צוריק, און ווילן אונז געבן די פסקים וואס זייערע רבי'ס האבן זיי געגעבן אין סענז סטריט, וואס איז אפשר געוועהן גוט פאר דעמאלטס אבער איז אינגאנצען אפגעריקט פון די מציאות פון היינט. טורמיסין!

אז מ'האט ליידער ממנה געוועהן אזעלכע דיינים יושבי חושך, קוקען מיר ליידער אויס ווי מיר זעען אויס. און ווי חז"ל זאגן אין מסכת שבת "אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל".

מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געזאגט ווי אזוי קען מען וויסן אויב א דיין איז א ערליכע איד, אויב מ'קען מיט אים רעדן וועגן זיינע פסקים, און ער איז זיך מסביר קלאר, אזא איינער איז א ערליכע איד. וכן ראינו ביי מו"ר וואס ער האט זיך מסביר געוועהן אפילו פאר א קינד, וכן כל גדולי ישראל ווי מרן החזו"א וכו'. א דיין וואס קען נישט שטיין פאר זיינע פסקים און זיך מסביר זיין און נעמען אחריות דערויף איז ווי די גמ' זאגט אין יבמות, הא גמלא והא קבא ולא רקדה!

די קול קורא קעגן הרב ניימאן פאנגט זיך אהן מיט די צרות וואס מיר ליידן ליידער אין די לעצטע טעג. קען מען נאר זאגן וואס די גמרא זאגט אי בטלי יהירי בטלי אמגושי, אי בטלי דייני בטלי גזירפטי, אז די דיינים רשעים וועלן בטל ווערן, וועלן בטל ווערן די גויאישע נוגשים וואס פייניגן אידן.

טייערע אידן חזק ואמץ. די תורה הק' איז קילורין לעיניים. חז"ל האבן געוואוסט וואס מיר גייען ליידן, און ווי מ'וועט זיך ארויפזעצן אויף אונז אין נאמען פון די תורה. זה לעומת זה עשה אלוקים, מארגן קומט פאר די גרויסע סיום הש"ס און די התחלת מחזור י"ד פון דף היומי. לאמיר זיך נעמען די תורה הק' לערנען און חזר'ן און טרעפן די אמת'ע ליכטיגקייט פון אידישקייט.

ויאמר אברם אל מלך סדם, הרמותי ידי אל ה' א-ל עליון קונה שמים וארץ!

לאמיר זאגן פאר די אלע דייני סדום, מיר וועלן אויפהייבן אונזער י"ד, זיך מצרף זיין צו די תורה פון כלל ישראל מיט מחזור י"ד, און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן קונה שמים וארץ. און מיט דעם וועלן מיר ראטעווען אונזער נפש פון נישט ווערן פארדארבן פון ענקער ביטערע און זויערע אידישקייט וואס רייסט אונז צו דערווייטערן פונעם רבוש"ע. מיר וועלן נאר נענטער ווערן, ווייל מיר האבן ליב די תורה!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יאנואר 01, 2020 9:38 am

זייער שיין. לאמיר זעהן גיי זאג זיי דאס אין פנים.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2085
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1101 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יאנואר 01, 2020 9:54 am

כידוע האט ר' שלמה פין באבוב קיינמאל נישט אינטערגעשריבן קיין קול קורא'ס, און דא האבן ביידע באבוב'ס אונטערגעשריבן, איז לכאורה א ראי' אז ביידע זענען נישט זיינע ממשיכים, אפשר דער דריטע באבוב, ר'י"י איז יא.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2085
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1101 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 01, 2020 10:05 am

לא תעמוד על דם ריעך.
ס’וואלט געווען די ריכטיגע שריט צזאמען צונעמען חתימות פון מער אפענער-קעפ רבנים מחזק צו זיין הרב ניימאנען.
רבנים וועלכער זענען ניט אויפן צעטיל זענען:
הרב כץ פון וויען,
הרב כץ פון סערדאהעלי,
הרב לאנדאו פון טאש,
בעלזער דיינים,
פאפא רב,
צעהלימער רב,
הרב וואקסמאן,
הרב יעקב האראוויץ פון טעלז,
הרב אליעזר האראוויץ פון אגודה,
הגאון הגדול הרב דוד פיינשטיין שליט״א,
צאנז קלויזענבורגער דיינים
באיאנער דיין
הרב ברוידי פון בארא פארק
הרב עמרם קליין שליטא מאונגווואר
הרב לעדערייך קארלין סטאלינער דיין
און נאך..
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

Re: ווען דרייסיג רבנים באשמוצן א ת"ח ומורה הוראה מובהק

הודעהדורך שמעי' » מיטוואך יאנואר 01, 2020 10:27 am

אונטרעסאנט צי וויסן וואס די וויזניצע רבי פון מאנסי, ישראל, האט געהאט מיט דעם, ער האט דאך שוין אן אלטע שנאה כבושה אויף אים.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
שמעי'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:15 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 01, 2020 10:59 am

תורה ומדע האט געשריבן:לא תעמוד על דם ריעך.
ס’וואלט געווען די ריכטיגע שריט צזאמען צונעמען חתימות פון מער אפענער-קעפ רבנים מחזק צו זיין הרב ניימאנען.
רבנים וועלכער זענען ניט אויפן צעטיל זענען:
הרב כץ פון וויען,
הרב כץ פון סערדאהעלי,
הרב לאנדאו פון טאש,
בעלזער דיינים,
פאפא רב,
צעהלימער רב,
הרב וואקסמאן,
הרב יעקב האראוויץ פון טעלז,
הרב אליעזר האראוויץ פון אגודה,
הגאון הגדול הרב דוד פיינשטיין שליט״א,
צאנז קלויזענבורגער דיינים
באיאנער דיין
הרב ברוידי פון בארא פארק
הרב עמרם קליין שליטא מאונגווואר
הרב לעדערייך קארלין סטאלינער דיין
און נאך..

נאך היגע רבנים וועלכער קענען מקיים זיין דעם ״לא תעמוד״:
הרב משה וואלפסון, אמונת ישראל, תורה ודעת
הגאון נאוואמינסקער רבי שליט״א
הגאון רבי שמואל קאמינעצקי פילאדעלפיע ראש ישיבה
הגאון הרב קאלמענאוויטש, מיר פלעטבוש
הרב שרגא הגר, קאסובער רבי
הרב ליכטער, כוונת הלב
הגאון רבי יעקב יוסף האלבערשטאם, האדמור מבית חיים יהושע
הרב שטיינווארצעל, מטה אפרים
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך אספקלריה » מיטוואך יאנואר 01, 2020 11:23 am

שיטה מקובצת האט געשריבן:מיט שאק און ווייטאג האט מען אויפגענומען די פרישע קול קורא וואס איז היינט אווענט ערשינען קעגן א חשוב'ען רב, א תלמיד חכם, א דיין, א בעל עצה, הרה"ג הנפלא רבי שמואל ניימאן שליט"א, פון מאנסי. ווער עס ווייסט וואס הרב ניימאן האט שוין אלץ אויפגעטוהן פאר כלל ישראל און פאר יחידים – ווייסט. און דער וואס ווייסט נישט, מעג נעמען דעם פאקט אז 30 רבנים האבן אים גע'אסר'ט ווי א ראיה אז ער האט שוין אוודאי אויפגעטון גדולות ונצורות.

אבער איך בין נישט דא אויסן צו איבערצייגן אידן אז הרב ניימאן איז א איש מורם מעם, וואס האט אריינגעבלאזן א חיות אין אידישקייט און אין לעבן פאר אומצאליגע מענטשן. איך רעד דא בעיקר צו די וואס ווייסן דאס שוין, און קומען היינט נאכט צו קאווע שטיבל מיט א צעבראכענעם געמוהט, זעענדיג ווי שוין ווידעראמאל האבן עלטערע רבנים פון די פריערדיגע דור אריינגעשטאכן א שווערד אין הארץ פון כלל ישראל, און זויגן פון אונז ארויס אונז לעצטע ביסעל התלהבות און חשק פאר תורת ה' ומצוותיו הק'.

איך וויל דא זאגן, טייערע אידן, דאס איז נישט אידישקייט!! מיר דארפען נישט ווערן געפאלן ווען מענטשן באיצטלא דרבנן טוען זיך אהן א פלאכן הוט און פסק'ענען דיני נפשות אהן אפילו רעדן צו דעם מענטש אליין. חז"ל האבן געוואוסט וועגן די אלע דרייסיג רבנים, און האבן אונז שוין געווארענט וועגן זיי אז זיי וועלן ברענגען א חורבן פאר כלל ישראל.

ווי די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין "לא תסמכו לנא לא מסרמיסין ולא מסרמיטין ואמרי לה לא מחמיסין ולא מטורמיסין" מ'זאל חלילה נישט געבן קיין סמיכה פאר תלמידי חכמים וואס זענען סרמיטין, סרמיסין, מחמיסין און טורמיסין. וואס זענען זיי? זאגן די מפרשים וואס זיי זענען:

סרמיסין: די וואס פארדרייען די טעמי התורה

סרמיטין: די וואס געבן נישט קיין גוטן טעם פאר זייערע פסקים

חמיסין: די וואס געבן נישט קיין טעמים אויף די תורה

טורמיסין: דאס א מין זויערע באנדעל. מ'זאל נישט מסמיך זיין א זויערע מענטש וואס פארשטייט זיך נישט מיט מענטשן.

אט דאס זענען אונזערע דרייסיג רבנים!

איינע פון הרב ניימאן'ס חשוב'סטע פעולות טובות איז אז ער דרייט צוריק די תורה לתיקונה, צו פארעכטען די אלע פארדרייטע פסקים און זענען נאר געמאכט צו פארשווערן די לעבן און צו פאר'מיאוס'ן אידישקייט. די דרייסיג רבנים ווילן זיך האלטען צו זייערע פארדרייטע תורות. סרמיסין!

יעדער האט געהערט די רעקארדינגס ווי מ'פרעגט די רבנים פארוואס און פארווען מ'גייט אזוי ארויס און מ'אסר'ט א איד א ת"ח ברבים, מ'באשמיצט אים און מ'שעכט אים אפ זיין לעבן, אבער זיי קעקעצען און קענען נישט ארויסברענגען קיין שום טעם, און אוודאי נישט קיין טעם הגון. סרמיטין! חמיסין!

ווער עס קען די אלע רבנים פערזענדליך ווייסט וואספארא זויערע באנדלעך זיי זענען. ווי מ'קען נישט האבן קיין נארמאלע מענטשליכע קשר מיט זיי. אלעס איז מיט יהורא און אויבער חכם'דיגקייט אהן קיין שום מענטשליכקייט. און די צווישען זיי וואס האבן יא אביסעל סאשעל סקילס, זענען אינגאנצן אפגעריקט פון די דור. זיי לעבן אין זייערע יארן פון א דור אדער צוויי צוריק, און ווילן אונז געבן די פסקים וואס זייערע רבי'ס האבן זיי געגעבן אין סענז סטריט, וואס איז אפשר געוועהן גוט פאר דעמאלטס אבער איז אינגאנצען אפגעריקט פון די מציאות פון היינט. טורמיסין!

אז מ'האט ליידער ממנה געוועהן אזעלכע דיינים יושבי חושך, קוקען מיר ליידער אויס ווי מיר זעען אויס. און ווי חז"ל זאגן אין מסכת שבת "אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל".

מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געזאגט ווי אזוי קען מען וויסן אויב א דיין איז א ערליכע איד, אויב מ'קען מיט אים רעדן וועגן זיינע פסקים, און ער איז זיך מסביר קלאר, אזא איינער איז א ערליכע איד. וכן ראינו ביי מו"ר וואס ער האט זיך מסביר געוועהן אפילו פאר א קינד, וכן כל גדולי ישראל ווי מרן החזו"א וכו'. א דיין וואס קען נישט שטיין פאר זיינע פסקים און זיך מסביר זיין און נעמען אחריות דערויף איז ווי די גמ' זאגט אין יבמות, הא גמלא והא קבא ולא רקדה!

די קול קורא קעגן הרב ניימאן פאנגט זיך אהן מיט די צרות וואס מיר ליידן ליידער אין די לעצטע טעג. קען מען נאר זאגן וואס די גמרא זאגט אי בטלי יהירי בטלי אמגושי, אי בטלי דייני בטלי גזירפטי, אז די דיינים רשעים וועלן בטל ווערן, וועלן בטל ווערן די גויאישע נוגשים וואס פייניגן אידן.

טייערע אידן חזק ואמץ. די תורה הק' איז קילורין לעיניים. חז"ל האבן געוואוסט וואס מיר גייען ליידן, און ווי מ'וועט זיך ארויפזעצן אויף אונז אין נאמען פון די תורה. זה לעומת זה עשה אלוקים, מארגן קומט פאר די גרויסע סיום הש"ס און די התחלת מחזור י"ד פון דף היומי. לאמיר זיך נעמען די תורה הק' לערנען און חזר'ן און טרעפן די אמת'ע ליכטיגקייט פון אידישקייט.

ויאמר אברם אל מלך סדם, הרמותי ידי אל ה' א-ל עליון קונה שמים וארץ!

לאמיר זאגן פאר די אלע דייני סדום, מיר וועלן אויפהייבן אונזער י"ד, זיך מצרף זיין צו די תורה פון כלל ישראל מיט מחזור י"ד, און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן קונה שמים וארץ. און מיט דעם וועלן מיר ראטעווען אונזער נפש פון נישט ווערן פארדארבן פון ענקער ביטערע און זויערע אידישקייט וואס רייסט אונז צו דערווייטערן פונעם רבוש"ע. מיר וועלן נאר נענטער ווערן, ווייל מיר האבן ליב די תורה!

אזוי ווי איך האב געשריבען און די אנדערע אשכול, סאיז ניכר פון דיין גאנצע מגילה אז די האסט קיין אהנונג נישט פארוואס מהאט דעם צעטיל געשריבען, מאך דיין פולע due diligence און נאכדעם שרייב מגילות
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 01, 2020 4:05 pm

העלא.. די רבנים האבן יא געמאכט פולע Due diligence? אויב יא וואס שרייבן זיי עס נישט קלאר ארויס?
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך יאנואר 01, 2020 7:13 pm

איך בין זיכער אז הגאון המפורסם מגדולי פוסקי דורינו מוהר"ר יצחק שטיין שליט"ד ראב"ד דביד"צ אבני שיש האט זיך גוט נאכגעפרעגט איינער ער האט גענומען זיין פעדער אין זיין האנט.

ואתו עמו הרבנים רבי חיים יעקב יוסף טויבער, רבי אברהם יהושע העשיל ביק, רבי משה מנחם טירנויער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2661
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך יאנואר 01, 2020 8:55 pm

באקומען פריוואט

איך וויל ארויסדרוקן א ספעציעלע דאנק פאר די ווארעמע ווערטער.
כ'האב געזעהן א מורא'דיגע תשובה פונעם יעב"ץ, אין חלק ג' וואס איז געדרוקט געווארן נישט לאנג צוריק, ברענגט ער א מעשה נורא וועגן א קהילה וואס האט אנגענומען א רב וועלכע איז געווען להוט אחר עבירה רח"ל, און ווען מ'האט באשטימט אים צו אוועקווארפן, האט דער רב זיך באקלאגט פאר די וועד ארבע ארצות, גאוני ומצוקי ארץ וואס די יעב"ץ דרוקט זיך אויס אויף זיי "כמעט היו ראויים שתשרה עליהם שכינה", אבער זיי האבן נישט געהערט ביידע צדדים, נאר זיי האבן ארויסגעגעבן א פסק אז די קהילה מוז אים צוריק לאזן זיצן אויפ'ן שטוהל, די קהלה האט זיך נישט דערשראקן ווייל זיי האבן געוויסט אז די וועד ארבע ארצות האט א טעות געהאט און זיי האבן נישט ארויסגעהאט קלאר די מציאות הדברים, האט די קהלה געמאכט השתדלות דורך אן אנדערע בי"ד ביז די אמת איז ארויס.
דער יעב"ץ ענדיגט דארט, אז מ'לערנט זיך ארויס: א', נישט הערן נאר איין זייט, און אפי' ועד ד"א זענען נכשל געווארן מיט דעם, כ"ש "לקלי עולם הכותבים וחותמים, בידיים מלאות דמי"ם"; ב', נישט מורא האבן, און אויב בי"ד האט א טעות געהאט, דארף מען זעהן צו מברר זיין דעם אמת לאמיתה.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 01, 2020 8:59 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:איך בין זיכער אז הגאון המפורסם מגדולי פוסקי דורינו מוהר"ר יצחק שטיין שליט"ד ראב"ד דביד"צ אבני שיש האט זיך גוט נאכגעפרעגט איינער ער האט גענומען זיין פעדער אין זיין האנט.

ואתו עמו הרבנים רבי חיים יעקב יוסף טויבער, רבי אברהם יהושע העשיל ביק, רבי משה מנחם טירנויער.

סארקאסטיש, אוודאי.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

Re: ווען דרייסיג רבנים באשמוצן א ת"ח ומורה הוראה מובהק

הודעהדורך טשילער » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:46 pm

"דער יוד" בילד

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:54 pm

איך מוז ענק זאגן אז איך בין געווען היבש סורפרייזד אויף די ליסטע פון חתימות, צווישן זיי איז געווען אזעלכע וואס זענען היבש ברייטע דיינים, און whether we like it or not זענען רוב רובם פון רבנים (פארמאכטע ווי אפענע) קעגן אים.

און נישט יעדער איינער וואס האט נישט אונטערגעשריבן שטיצט אים, נאר אדער איז מען פשוט נאכנישט אנגעקומען צו אים, אדער האלט ער אפשר אז דאס גייט צו ווייט.

אדרבה, אויב ווייסט איר פון א אנערקענטע רב וואס שטיצט אים און זיין מהלך פון רעדן אזוי ברייט, לייגט ארויף דא זיין נאמען, איך בין נייגעריג.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:55 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:איך בין זיכער אז הגאון המפורסם מגדולי פוסקי דורינו מוהר"ר יצחק שטיין שליט"ד ראב"ד דביד"צ אבני שיש האט זיך גוט נאכגעפרעגט איינער ער האט גענומען זיין פעדער אין זיין האנט.

ואתו עמו הרבנים רבי חיים יעקב יוסף טויבער, רבי אברהם יהושע העשיל ביק, רבי משה מנחם טירנויער.

איך ווייס נישט.

אבער קענסט זיכער זיין אז הרב מיכל שטיינמעץ שליט"א האט געטראכט און געטוהן זיין ריסוירטש פארן אונטערשרייבן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:59 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:איך מוז ענק זאגן אז איך בין געווען היבש סורפרייזד אויף די ליסטע פון חתימות, צווישן זיי איז געווען אזעלכע וואס זענען היבש ברייטע דיינים, און whether we like it or not זענען רוב רובם פון רבנים (פארמאכטע ווי אפענע) קעגן אים.

און נישט יעדער איינער וואס האט נישט אונטערגעשריבן שטיצט אים, נאר אדער איז מען פשוט נאכנישט אנגעקומען צו אים, אדער האלט ער אפשר אז דאס גייט צו ווייט.

אדרבה, אויב ווייסט איר פון א אנערקענטע רב וואס שטיצט אים און זיין מהלך פון רעדן אזוי ברייט, לייגט ארויף דא זיין נאמען, איך בין נייגעריג.

פארוואס דארף אים איינער שטיצן? ער איז א אינדעפענדענט רב פאר זיך. קיינער מוז נישט האלטען פון אים, און קיינער מוז נישט רעקאמענדירן אים צו נוצן, אבער אים באשמוצען כאחד הריקים איז א גאר מיאוס'ע זאך. בפרט ווען ס'איז קלאר פון טייל שמועסן מיט רבנים אז די גאנצע לשון איז בכלל נישט וואס האבן געמיינט, נאר זענען קעגן דעם וואס ער איז מתיר מותר'דיגע זאגן אין הלכות אישות. דערפאר שרייבט מען אויף אים א ווארט וואס מיינט 'הרשע'?! דערפאר שרייבט מען אז ער איז א משחית?? דערפאר שרייבט מען אז מ'טאר גארנישט הערן פון אים?? דערפאר באשמיצט מען אים מסוף העולם ועד סופו??
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 2:01 pm

אספקלריה האט געשריבן:אזוי ווי איך האב געשריבען און די אנדערע אשכול, סאיז ניכר פון דיין גאנצע מגילה אז די האסט קיין אהנונג נישט פארוואס מהאט דעם צעטיל געשריבען, מאך דיין פולע due diligence און נאכדעם שרייב מגילות

איך האב מיך גוט נאכגעפרעגט. ס'איז גארנישט דא.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 2:37 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:אזוי ווי איך האב געשריבען און די אנדערע אשכול, סאיז ניכר פון דיין גאנצע מגילה אז די האסט קיין אהנונג נישט פארוואס מהאט דעם צעטיל געשריבען, מאך דיין פולע due diligence און נאכדעם שרייב מגילות

איך האב מיך גוט נאכגעפרעגט. ס'איז גארנישט דא.


בין איך די איינציגסטער וואס זעט א גאנצע צייט אז אספקלריא איז ביזי שרייען די זעלבע "נאר איך ווייס, און נישט דו" פארדעקט א יעדעס מאל מיט א צוויטע לשון פון די שבעים לשונות...?

ס'זעט אויס כאילו ר' שמואל ניימאן איז געבוירן ביי אספקלריא אין די בעק יארד, און האט קיינמאל פארטוישט א ווארט מיט קיינעם חוץ מיט אספקלריא גופא...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3068 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 4:07 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך מוז ענק זאגן אז איך בין געווען היבש סורפרייזד אויף די ליסטע פון חתימות, צווישן זיי איז געווען אזעלכע וואס זענען היבש ברייטע דיינים, און whether we like it or not זענען רוב רובם פון רבנים (פארמאכטע ווי אפענע) קעגן אים.

און נישט יעדער איינער וואס האט נישט אונטערגעשריבן שטיצט אים, נאר אדער איז מען פשוט נאכנישט אנגעקומען צו אים, אדער האלט ער אפשר אז דאס גייט צו ווייט.

אדרבה, אויב ווייסט איר פון א אנערקענטע רב וואס שטיצט אים און זיין מהלך פון רעדן אזוי ברייט, לייגט ארויף דא זיין נאמען, איך בין נייגעריג.

פארוואס דארף אים איינער שטיצן? ער איז א אינדעפענדענט רב פאר זיך. קיינער מוז נישט האלטען פון אים, און קיינער מוז נישט רעקאמענדירן אים צו נוצן, אבער אים באשמוצען כאחד הריקים איז א גאר מיאוס'ע זאך. בפרט ווען ס'איז קלאר פון טייל שמועסן מיט רבנים אז די גאנצע לשון איז בכלל נישט וואס האבן געמיינט, נאר זענען קעגן דעם וואס ער איז מתיר מותר'דיגע זאגן אין הלכות אישות. דערפאר שרייבט מען אויף אים א ווארט וואס מיינט 'הרשע'?! דערפאר שרייבט מען אז ער איז א משחית?? דערפאר שרייבט מען אז מ'טאר גארנישט הערן פון אים?? דערפאר באשמיצט מען אים מסוף העולם ועד סופו??

איך גיב נישט מיין הסכמה אויף די טיטלען (פרעג הרב שטיינמעץ אדער הרב שארר פארוואס ס'קומט אים אזא טיטול).

אוודאי האט ער אייגענע לייסענס צו פסקנ'ן, אבער די פאקט אז אזא קול קורא איז ארויסגעקומען מיט עטליכע ערענסטע חתימות קעגן א יחיד, מיט זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות צו פאליטיק, זאגט גאר אסאך.

און ס'איז נאריש צו קלעימן אז מ'רעדט פון עפעס א גדול הדור וואס איז שקול כנגדם.

איך האב גארנישט קעגן ר' שמואל, אבער זיך פארמאכן די אויגן כאילו דאס איז עפעס א קו"ק כדוגמה די קו"ק קעגן הרב שטיינמאן איז נאריש.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 4:52 pm

איך מיין אז סאיז ליגט דא אויך א קנאה עלעמנט. הרב ניימאן, (ניט אז איך קען איהם פערזענליך, אדער געהאט א געשפרעך מיט איהם, נאר פון עטליכע וידיאו קליפס דא און דארט,) שטעלט זיך פאר אלץ א געלונגענער אינגערמאן וועלכער אדרעסירט פארשידענע עניינים מיט א ברייטקייט וואס אסאך רבנים וואלטן זיך געוואונשען. ער איז אויך געבענשט מיט א רייכער שפראך, שיינעם הדרת פנים, זייער אביעקטיוו אין זיינע אנאליזען, און רעדט צום ציבור מיט א זעלטענעם זעלבסט-זיכערהייט. ער ווארשיינליך האט אהנגענומען זיין רבנות גאר ערענסט, און מחמת דעם נעמט ער דאס צום נעקסטן שטאפל, פון קאונסעלינג, שלום בית, פארשטיין דעם ציבור, מנהיגות, וכו׳. אין אנדערע ווערטר, ער איז אן אמת׳ער רבנישער געשטעל. דאס האט נאך כמעט קיינער נישט באוואוזען אינעם היימישן ציבור. דער מאדעל געפונט זיך מער אין דעם מאדערנעם געזעלשאפט פון יאנג איזראעל, וכדו׳. ער איז אויך ניט כפוף צו אן אדמור אדער צו א ליטווישער גדול. ממילא איז מען מקנא זיינע גאטטס
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 5:40 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:איך בין זיכער אז הגאון המפורסם מגדולי פוסקי דורינו מוהר"ר יצחק שטיין שליט"ד ראב"ד דביד"צ אבני שיש האט זיך גוט נאכגעפרעגט איינער ער האט גענומען זיין פעדער אין זיין האנט.

ואתו עמו הרבנים רבי חיים יעקב יוסף טויבער, רבי אברהם יהושע העשיל ביק, רבי משה מנחם טירנויער.

איך ווייס נישט.

אבער קענסט זיכער זיין אז הרב מיכל שטיינמעץ שליט"א האט געטראכט און געטוהן זיין ריסוירטש פארן אונטערשרייבן

ווער ס'האט איהם נאר אמאל געפרעגט סיי וועלכע שאלה ווייסט פונקטליך וויפיל ריסוירטש ס'גייט אריין אין די תשובות......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

הודעהדורך חקרן » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 5:55 pm

איך וויל דערמאנען דעם עולם, אז הרב שמואל ניימאן איז געווען די ערשטע ארויסצוקומען מיט אן אטאקע קעגן הרב חיים היילפרין, אריינשלעפנדיג דערין אלע רבנים. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין יענע פרשה, נאר כפי ידיעתי האט זיך הרב חיים היילפרין באוויזן ארויסצודרייען און זיך צוריקשטעלן אויפן ארענע און ער איז היינט צוריק אויף די מאפע. איך ווייס באמת נישט וואס דארט איז געווען, אבער אפשר פירט מען פון הימל זאכן... בהדי כבשי דרחמנא למה לי.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 541
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:59 pm

קורקלענד האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:איך בין זיכער אז הגאון המפורסם מגדולי פוסקי דורינו מוהר"ר יצחק שטיין שליט"ד ראב"ד דביד"צ אבני שיש האט זיך גוט נאכגעפרעגט איינער ער האט גענומען זיין פעדער אין זיין האנט.

ואתו עמו הרבנים רבי חיים יעקב יוסף טויבער, רבי אברהם יהושע העשיל ביק, רבי משה מנחם טירנויער.

איך ווייס נישט.

אבער קענסט זיכער זיין אז הרב מיכל שטיינמעץ שליט"א האט געטראכט און געטוהן זיין ריסוירטש פארן אונטערשרייבן

ווער ס'האט איהם נאר אמאל געפרעגט סיי וועלכע שאלה ווייסט פונקטליך וויפיל ריסוירטש ס'גייט אריין אין די תשובות......

you missed the point

ר' מיכל איז נישט א דיין וואס ליגט ארום אויף יעדע קו"ק, און אויב האט ער מחליט געווען דאס צו טוהן (און ווי איך האב געהערט ענטפערט ער א ברייטן יא פאר יעדן וואס פרעגט אים איבער דעם ענין) דאס ווייזט אז ס'איז נישט קיין קידטשאטשקע אישו.

איך פערזענליך האב אים קיינמאל נישט פארהערט, און איך זעה נישט פונקט ווי דאס קומט אריין איצט, אבער דאכט זיך מיר אז ער איז א שטארק אנגענומענע מורה הוראה.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג יאנואר 03, 2020 1:47 pm

איר קענט נישט, איר ווייסט נישט און איר שטעלט אייך פאר...... וואס איז דא צורעדן אז מ'שטעלט זיך פאר אויף ווייטשטרעקענדע קל וחומר'ס.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

הודעהדורך היכי דמי » פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:17 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:איך מוז ענק זאגן אז איך בין געווען היבש סורפרייזד אויף די ליסטע פון חתימות, צווישן זיי איז געווען אזעלכע וואס זענען היבש ברייטע דיינים, און whether we like it or not זענען רוב רובם פון רבנים (פארמאכטע ווי אפענע) קעגן אים.

און נישט יעדער איינער וואס האט נישט אונטערגעשריבן שטיצט אים, נאר אדער איז מען פשוט נאכנישט אנגעקומען צו אים, אדער האלט ער אפשר אז דאס גייט צו ווייט.

אדרבה, אויב ווייסט איר פון א אנערקענטע רב וואס שטיצט אים און זיין מהלך פון רעדן אזוי ברייט, לייגט ארויף דא זיין נאמען, איך בין נייגעריג.


פון צוויי רבנים ווייס איך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, איינער פון זיי ווייס איך קראנט ער האלט עס נישט אויס. מען איז געקומען צו אים עטליכע וואכן צוריק דערציילן אז עס איז דא א דיין וואס פסקנ׳ט קעגן די הלכה, און מען וויל ער זאל סטאפן גייט מען אים שיקן א בריוו פריוואט מיט חתימות פון רבנים, האט ער מסכים געווען צו גיבן זיין נאמען, נישט חלומנדיג אז זיי גייען עס ארויסגיבן פאר די גאס.

נאכ׳ן הערן אז זיין חתימה איז ארויס פאבליק ווי ער פארשעמט א דיין בישראל האט ער זיך אויסגעדרוקט שטארקע חרטה געפילן, און ווי ער האלט עס נישט אויס אז ער האט א חלק דערין.
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:26 pm

נו פארוואס קומט ער נישט ארויס מיט א חתימה אויף פארקערט אזוי ווי די נייע צעטל פון די פאר חותמים וואס האבן צוריקגעצויגן??? סתם צו פארקויפן חרטה געפילן פאר אפאר יחידים איז ווערט א נפיחה
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 734
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3657 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט

cron