היכי דמי האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:איך מוז ענק זאגן אז איך בין געווען היבש סורפרייזד אויף די ליסטע פון חתימות, צווישן זיי איז געווען אזעלכע וואס זענען היבש ברייטע דיינים, און whether we like it or not זענען רוב רובם פון רבנים (פארמאכטע ווי אפענע) קעגן אים.
און נישט יעדער איינער וואס האט נישט אונטערגעשריבן שטיצט אים, נאר אדער איז מען פשוט נאכנישט אנגעקומען צו אים, אדער האלט ער אפשר אז דאס גייט צו ווייט.
אדרבה, אויב ווייסט איר פון א אנערקענטע רב וואס שטיצט אים און זיין מהלך פון רעדן אזוי ברייט, לייגט ארויף דא זיין נאמען, איך בין נייגעריג.
פון צוויי רבנים ווייס איך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, איינער פון זיי ווייס איך קראנט ער האלט עס נישט אויס. מען איז געקומען צו אים עטליכע וואכן צוריק דערציילן אז עס איז דא א דיין וואס פסקנ׳ט קעגן די הלכה, און מען וויל ער זאל סטאפן גייט מען אים שיקן א בריוו פריוואט מיט חתימות פון רבנים, האט ער מסכים געווען צו גיבן זיין נאמען, נישט חלומנדיג אז זיי גייען עס ארויסגיבן פאר די גאס.
נאכ׳ן הערן אז זיין חתימה איז ארויס פאבליק ווי ער פארשעמט א דיין בישראל האט ער זיך אויסגעדרוקט שטארקע חרטה געפילן, און ווי ער האלט עס נישט אויס אז ער האט א חלק דערין.
יויש נעבעך




קודם כל , א רב וואס געט זיין נאמען פאר א עשקן איז דמו בנפשו - ער ווייסט נישט אז מ'קען זיי נישט טראסטען וויפיל מאל זיי האבן שוין ארויסגעגעבן צעטלעך אהן ווייזן פאר די רבנים????
צווייטענס , אויב יעצט עסט ער זיך איז נאך דא א וועג , ער קען שרייבן אז ער האט עס נישט אונטערגעשריבן. ער קען אינטערשרייבן די הבהרה צעטעל , אדער מאכן א ענדליכע לשון