יש חרב עולמו בקול קורא אחת.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2158 מאל

יש חרב עולמו בקול קורא אחת.

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]מגלה פנים שלא כהלכה ופוסק נגד הלכות קבועות וברורות בשלחן ערוך.. שלא לשמוע דרשותיהם  ולדאובונינו העמיד כבר תלמידים כיוצא בו אשר הרבה חללים הפילו בהוראותיהם והדרכותיהם ה"י.. על ההורים להיזהר לא למסור את בניהם בידי משחיתים אלו.

ווען איר וועקט זיך איין צופרי און איר באגעגענט א קול קורא מיט די דערמאנטע ווערטער, וועלכע מענטש וואלט אייך געקומען באלד אין מחשבה?  נעמט די קול קורא און מעקט אויס די נאמען און טראגט דאס אין חדר, און פרעגט די קינדער: וועלכע מענטש פאסט די דיסקריפציע פון אזא קול קורא, קינדער? "שבתי צבי!", ניין, "אברהם גייגר!", שרייט א צווייטער קינד.  איך מיין א "רעפארמער ראביי", זאגט א דריטע קינד מיט אייפער.  ניין קינדער, דאס איז א חסידישער פרומער וויזינצער רב וואס פסק'נט שוין שאלות פאר העכער 30 יאר, האט באקומען שימוש והוראה ביי חסידישע רבנים, לערנט פאר חומש רש"י, און איז א מחבר ספרים.

די חסידישע וועלט האט זיך נעכטן געלייגט שלאפן מיט שאק, נאכדעם וואס א קול קורא איז ערשינען פון מעינסטרים רבנים קעגן א פראמינענטער רב. יעדער איז שאקירט, יעדער טענה'ט, מען זיכט מלמד זכות צו זיין, האלסטו דען נישט אז די רבנים ווייסן נישט פון די מוטב נוח לו לאדם שימסור עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חברו ברבים, ווייסן דען נישט די רבנים אז בלוט איז נישט קיין וואסער. עס מוז זיין אז דער רב איז באגאנגען א געוויסע עוולה, וואס מ'האט נישט געהאט קיין ברירה און מ'האט לדאובונינו געמיזט ארויסקומע קעגן אים.  אבער די נעכטיגע שמועס'ן וואס זענען ארומגעפארן פון רבנים ווייזן לא מיניה ולא מקצתו. 

פון א טייל פון די שמועות און טעיפס וואס זענען ארומגעפארן, און פון א טייל פון די שמועסן וואס איך האב אליין געהאט מיט די רבנים שטעלט זיך ארויס אזא בילד:  "מ'האט מיר געזאגט אז יענער האט אונטערגעשריבן האב איך אינטערגעשריבן"... "איך האב נישט גערעדט מיט הרב ניימאן, נאר איך האב געהערט זיינע טעיפס"... "איך האב בכלל נישט געזען די קול קורא"... "חומש רש"י מעג מען הערן פון אים, נאר שלום בית טאר מען נישט".. "פאר געוויסע יחידים איז ער גוט"..

עס איז הימל און ערד אז פון די קוואוטס זעט מען אז מען האט גענומען א רב בישראל וואס מ'האט הלכה דיפערענצן מיט אים, און אריינגעשטאכן א מעסער אין זיין רוקן און אים געלאזט אויסבלוטיגען לעיני השמש.

עטליכע געדאנקן, פארוואס דער קול קורא איז א שווארצע פלעק פאר די יהדות שבגולה, ויום קשה לישראל:

האט יעדער חותם גערעדט מיטן רב? אפשר האבן זיי טאקע יא גערעדט? פרעג איך אייך, איז עס דען מעגליך? איז דען מעגליך צו האבן גערעדט מיט אים און נאכדעם ארויסקומען מיט אזא קול קורא? 

איז יעדער חותם געזיצן און געפאסט פאר 2 חדשים בעפארן מחרים זיין א רב בישראל?

איז יעדער חותם געזיצן און אויסגעהערט לפחות הונדערט שיעורים פון אים?

איז געווען שמוע בין אחיכם?

איז געווען א מושב בית דין?

אויב איז דא איין תחום וואס די חותמים זענען נישט מסכים מיט אים, פארוואס נישט ארויסשרייבן, אז מען זאל אים נישט אויסהערן אין דעם תחום?

פארוואס נישט שרייבן א קול קורא אן א נאמען?

פארוואס נישט שרייבן לכל הפחות אין רוח חכמים נוחה הימנו?

איז דען מעגליך אז א פראמינעטנער רב פאר העכער 30 יאר, וואס האט באקומען הסכמות פון די גרעסטע גדולים זאל אריינגיין אין די קאטעגאריע פון 'מגלה פנים שלא כהלכה ופוסק נגד הלכות קבועות וברורות בשלחן ערוך'? 

אויב איז דער רב אן אבן נגף, דאן פארוואס זאל נישט לכל הפחות 800 רבנים הינטערשרייבן? אדער יעדער אדער קיינער.

אויב איז ער גוט פאר "שוואכע מענטשן" אזוי ווי איין רב האט זיך אויסגעדריקט, דאן וויאזוי מעג מען ארויסקומען קעגן א מענטש וואס העלפט שוואכע מענטשן? שוואכע מענטשן מעגן אויסהערן א מגלה פנים שלא כהלכה? יחידים מעגן אויסהערן א מגלה פנים שלא כהלכה?

דער קול קורא איז ארויסגעקומען קעגן א רב וואס האט באקומען הסכמות פון רבי מאיר בראנסדארפער, רבי יחזקאל ראטה און נאך, צווישן זיינע הסכמות ליינט זיך די פאלגענדע:  כבר העידו עליו גדולי ישראל שידיו רב לו בתורה והוראה ורבים נהנים ממנו עצה ותושיה... אשר כבר איתמחא גבר הדין בחיבוריו הקודמים לשם ולתהילה בקרב עם סגולה.... מופלא ומופלג וחוב"ט בתורה ויראתו קודמת תלו לחכמתו.. כל דבריו הם בהשכל ודעת נכונים וברורים...

די קשיות זענען מבהילים, די נעפל איז גרויס, די ווייטאג איז שרעקליך. [/justify]

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר