אנטיסעמיטישע אטאקע אנגעפירט דורך אידן רח"ל!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

אנטיסעמיטישע אטאקע אנגעפירט דורך אידן רח"ל!!

שליחה דורך calculator »

די חרדישע ערליכע טייל פון כלל ישראל האט אויפגענומען מיט שאק און שאודער איבער די קאלטבליטגע אנטיסעמיטישע אטאקע אויף אידן וואס ווילן זיין אויסגעהאלטן 100% מיטן דרך התורה המסורה לנו מדור דור עד משה רבינו בלויז צוליב מקיים ציזיין דעם רצון ה'.
מיט א צובראכענע געמיט און מיט א פארלוירנערהייט נעמט מען אויף אז די אטאקע איז געפירט געווארן נישט מער און נישט ווייניגער דורך אונזער מכלומר'שטע מנהיגים, אידן וואס פון אינדרויסן קיקן זיי אויס ממש ווי אונז, זיי גייען אנגעטוען מיטן צורת היהודי אויפן העכסטן מדרגה מיט יעדער גדר וסיג בשם לשון ומלבוש, און קיינער אויפן כדור הארץ קען זיך נישט טועה זיין אז ער האט א מידיסטע שייכות מיט אנטי אידיש רעלגיא, יא טאקע אזעלכע אידן האבן יעצט מגלה געווען זייער פרצוף אז ניין באשעפער, אונז דארפן נישט דיין תורה מיט דיינע געזעצן, אונז דארפן נישט דיין מהלך המחשבה, אונז זענען מענטשען מיט א געוויסע נאטור וואס ציעט אונז בטבע צו זיין אנגעצויגן און פרום און ווי מער פייניגען דעם גוף, און אונז האבן א געשמאק און הנאה צו פייניגען דעם גוף, און זיך מצמצם זיין ווי מער במחשבה און מעשה, דיין גאנצע תורה איז פאר אינז אינטערסאנט ווייל עס איז דא דערין געזעצן וואס שטומען אויך מיט אונזער נאטור, די שס"ה לא תעשה'ס, אונז האלטן שבת צו פייניגען דעם גוף, אונז האלטן טהרת המשפחה צו פייניגען דעם גוף, וועגן דעם עסן מיר נישט חמץ אין פסח צו פייניגען דעם גוף, ועוד ועוד. און אין די רמ"ח מצות עשה פראבירן מיר אויך ארייצולייגן ווי מער זויערקייט, בשעת מען שאקעלט לולב איז מען מיט אנגעזויערטע פנים, וכהנה וכהנה עד כדי כך אז די גדרים וסייגים איז ביי די סארט אידן פונקט אזוי שארף אזוי ווי זיי זענען מקיים די רמ"ח מצות עשין ושס"ה לא תעשין, און אזוי ארום און די גאנצע טאג טעגליכע לעבן פראבירן מיר אריינצוברענגען אין אונז און אין אונזערע קינדער אנגעצויגענקייט און נארוועזקייט מיט צוצילייגן מכלומר'שטע גדרים וסייגים, עד כדי כך אז די קינדער ווען זיי וואקסן אויף ווייסן זיי נישט וואס איז א דאורייתא און וואס איז א דרבנן און וואס איז א מנהג פון גאנץ כלל ישראל צו א מנהג פון געוויסע אידן צו סתם א חומרא אדער גדר אדער א שטות.
און אז עס איז דא איד ווי הרה"ג ר' שמואל ניימאן וואס האט נישט די נאטור ער איז בעצם זיין נאטור איז ציזיין א פרייליכער אויפגעלייגטער איד, וואס זיכט בכלל נישט זיך צו צאמצוען זיין לעבן, נאר ווייל ער האט מורא פונעם אייבערשטען וויל ער האלטן די תורה מיט אירע געזעצן, און בהמשך די יארן האט ער אנגעהויבן שפירן א חיות און א טעם און א שטאלצקייט אפילו אין די לא תעשין פון די תורה, אויף אזוי ווייט אז ער וויל דאס אויך איבערגעבן פאר אנדערע אידן וואס זייער טבע איז נישט ציזיין אנגעצויגן און צו האלטן די שס"ה לא תעשין, אז זיי זאלן אויך שפירן א טעם אין א לא תעשה און אפילו אין גזירות וואס זענען מדרבנן, און אריינגעבן א שטאלץ און א חיות נישט צו צורירן זיין ווייב בימי נדתה וכדו'. און אויך מאכט ער חוזק פון די נאטורלכע פרומערס אז עס האט נישט קיין שייכות מיטן תורה, אפילו עס קיקט אויס ענדליך צו די תורה אידן.
אין אזא איד שפירן די אנדערע אידן א געוואלדיגע פארברעך און א שנאה ציזיין דת, וואס ער קען נאך האבן אן השפעה אויף זייערע קינדער וואס האבן נישט זייערע נאטורן פון ציזיין בטבע אנגעצויגן און פרום אפשר וועלן זיי נשפע ווערן פון דעם איד און אנהייבן היטן די תורה בלויז ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, אלזא זענען זיי ארויס מיט וויסטע אטאקע קעגן אים וואס דאס איז א אן אטאקע אנטקעגן די אידישע רעלוגיא, און מען קען באצייכענען אלץ אנטיסעמיטישע אטאקע. און אונז פארלאנגען פונעם הויכען געשעצטן מעיאר פון נ.י. סיטי ביל דעבלאזיא ער זאל עס זאפארט פארדאמען!!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר