בלאט 1 פון 1

קאמפיין "ונתעודד" לטובת הרה"ג ר' שמואל ניימאן שליט"א

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 29, 2020 4:01 am
דורך ווייל אזוי
א מעכטיגע קאמפיין ווערט די טעג אונטערגענומען פאר די נייע ביהמ"ד אבני חושן בנשיאות הרה"ג רבי שמואל ניימאן שליט"א

רבי שמואל (שוין דא אשכול איבער איהם) איז א זוהן פונעם דיין הרה"ג ר אברהם ניסן שליט"א און ער האט באקומען הוראה פון גרויסע גדולים, ער האט אלע יארן גע'פסק'ט שאלות און פארגעלערנט שיעורים, א מחבר ספרים און אזוי אויך געהאלפן זייער אסאך מענטשן סיי און שלום בית און אנדערע קעיסעס ספעציעל צייכנט ער זיך אויס אין או סי די, אויך איז ער געווען די ערשטע צו מאכן די עירוב אין מאנסי.

מ'רעדט דא פון א איד וואס גיבט זיך ממש אוועק פאר כלל ישראל, איך פערזענדליך האב שוין אויך געהאט פון איהם, די דור האט א זכיה אז מקען האבן אזא דיין אין צדיק צווישן אונז.

אבער יעצט נאך דרוק פון רבנים האט וויזניץ רבי פון מאנסי געבעטן די חשובע רב שליט"א זאל אויפהערן געבן די שיעורם אין ביהמ"ד וויזניץ דר פרענק, איז מען געגאנגען זוכן א נייע פלאץ און ס'געבליבן אז מ'גייט אויפמאכן א בית המדרש.

מ'האט געטראפן א הויז וואס שטייט אויף אראפצוווארפן און אויף דערווייל דינט עס אלץ מקום תורה, א חשובע איד וועלכע איז געווארן נאנט מיטן רב שליט"א ביי א וקרבתנו שבת האט געגעבן א שיינע סכום צו קענען אנפאנגען די אימפעריע.

און טאקע פרשת וארא תש"פ האט זיך געעפנט די טויערן פונעם טעמפארערי בית המדרש אויף יעל דרייוו, ביי די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה האט די דיין שליט"א ארומגערעדט פון צרות מצרים און אז משה רבינו האט געשריבן ספר איוב אז אפילו א מענטש גייט דורך שווערע צייטן דארף מען וויסן אז אלעס איז פון הימל נאר לטובה, און מקבל זיין באהבה.

"ורוח הקודש אומר כן יפרץ" יעצט איז די פלאן צו בויען א בנין א בית נאוה לתורה אז די צמאי דבר השם זאלן קענען לערנען און דאווענען מיט א רואיגקייט און די שיעורם וואס ווערט פארשפרייט און קומען אן צו הונדערטע מענטשן זאלן האבן א פלאץ פון ווי ס''זאל געזאגט ווערן, די קאמפיין נאמען איז זייער פאסיג און קומט פונעם פסוק 'ואנחנו קמנו ונתעודד'

די קאמפיין וועט נאכאמאל צאמברענגען כלל ישראל אינאיינעם און מחזק זיין דעם תלמוד חכם הרה"צ ר' שמואל שליט"א אין ווייסן סאפפארט און א מוחאה אז מ'נעמט זיך אן פאר כבוד התורה.

דא איז א לינק צום קאמפיין

https://www.charidy.com/rabbi

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 29, 2020 4:02 am
דורך ווייל אזוי
דא אין דעם אשכול וועט מען האלטן פאר אפדעיטס פון די קאמפיין.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 29, 2020 9:16 am
דורך אישתישבי
ורוח הקודש אומרת כן ירבה.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 29, 2020 1:19 pm
דורך יין שרף
מיר מיינען נישט קיין כבוד... מיר מיינען נישט קיין געלט...

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 29, 2020 1:27 pm
דורך בן ישי
.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 29, 2020 2:34 pm
דורך בן ישי
.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 29, 2020 2:36 pm
דורך כוכב
מוראדיגע בריוו

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 12:44 pm
דורך שבת אחים
מ׳האלט שוין ביי כמעט צוויי הונדערט טויזנט דאללער.

איך זעה אז די וויזניצער יונגעלייט געבן אים שיין געלט. איינער וואס האט געלערנט אין מיין קלאס אין ישיבה האט אים אריינגעווארפן 26 אלפים, און צוויי 36 אלפים (זיינע שוואגערס). און נאך אסאך קלענערע נדבות קומען פון וויזניצער אינגעלייט...

ר׳ ישראל ממאנסי, יוסי באב״ד, יחיאל שטיינמעץ און ר׳ רפאל שארר קענען גיין באקן בייגל...

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 1:15 pm
דורך אישתישבי
כוכב האט געשריבן:מוראדיגע בריוו


אמת. וויפיל יעדער ווייסט אז עס איז בעסער פאר א נרדף צו נעמען דער הויכע גאס, ווען איינער טוט עס איז עס דאך ווערט א קאמפלימענט. ער וואלט רואיגערהייט געקענט שרייבן א בריוו און זיך פארענטפערן און ארויסברענגען דער רשעות פין דער צד שכנגד, און זיין גערעכט. אבער למעשה איז זיין הצלחה די גרעסטע נקמה אין די סאטמארער טעראריסטן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 5:50 pm
דורך בן ישי
50% פון דעם ציל

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 31, 2020 12:33 am
דורך שבת אחים
שיין האבן מיר דערלעבט צוזעהן אז די מעינסטרים רבנים, און די עסטעבלישמענט האבן געכאפט אזא היליכיגן פראסק אין פנים אריין!

כמעט 1000 אידן האבן באשטייערט פאר די וויכטיגע צוועק און צאמגענומען אין אפאר טאג איבער 315 אלפים.

1000 אידן האבן אויסגעשריגן מיר וועלן זיך נישט לאזן דיקטעטען פון רבנים וואס מיינען אז די תורה ליגט ביי זיי אין וועסטל-טאש...

סאיז אייביג געוועהן פארשידענע דיעות און שיטות אין הלכה, סאיז געוועהן א בית שמאי, און א בית הלל, סאיז געוועהן אביי און רבא. און (להבדיל) היינט איז דא הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן מיט זייו זוהן הרה״ג ר׳ שמואל און ווידער איז דא פיליאפף, הארפענס, שטיינמעץ וכו׳ והסוחר יבחר....

אבער אונז טעראריזירן וועלן זיי נישט! אונז האבן א אייגענע בחירה. יעדער קען זיך אויסוועהלן וויאזוי ער וויל פירן זיין לעבן!

די מעסעדזש צו די רבנים איז קליפ און קלאר:

מיט טעראר און קו״ק גייען ענק רבנים גארנישט אויפטוהן! ענק וועלן נאר אויפטוהן מיט ליבשאפט, פאזיטיוו און ווען איר וועט זיך אויפפירן בדרך הישר ווי נארמאלע מענטשען...!

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:06 am
דורך אוהב ספרים
בשמעו את רינתם....

נעבעך

מיט די שוואגערס מיט אלעם 150 אלפים בערך (פאר מעטשינג)


נו נו נחמה פורתא הצלחה פורתא

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:14 am
דורך chosen people
עס איז מער אז טויזענט מענטשן האבן בייגעשטייערט אפילו נאר א דולר ווי די 150 טויזענט דולר. דאס איז סאך מער ווי א נחמה פורתא..

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:50 am
דורך שבת אחים
אוהב ספרים האט געשריבן:בשמעו את רינתם....

נעבעך

מיט די שוואגערס מיט אלעם 150 אלפים בערך (פאר מעטשינג)


נו נו נחמה פורתא הצלחה פורתא


זאג וואס דו ווילסט סאיז גאנץ א שטיקל וועג פון אמאל ווען דרייסיג רבנים האבן אינטערגעשריבן קעגן איינעם ווען יענער האט זיך געדארפט באהאלטן אין א מייזן לאך צו היינטיגע טעג ווען ס׳פליט הונדערטער- טויזנטער אין געציילטע שעה׳ן.

פארוואס מאכסטו אוועק די מעטשינג? לאמיר זעהן אז באב״ד זאל האבן איינעם וואס איז גרייט צו מעטשן.... דערווייל דרייט ער די בארד אין מקוה

די שוואגערס (פארן מעטשינג) האבן געגעבן 36,000 דאללער צוזאמען.

סאיז זייער שיין

און עס איז ווייט פון פארטיג... סאיז נאר א התחלה.

הודעהפורסם: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 11:01 pm
דורך אנשטענדיגע ייוד
וויפיל האט ער ענדגילטיג דעגרייכט?

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 12:42 am
דורך איסר האטלקי
ענדגילטיג ווייס איך נישט, ווייל מ'קען נאך געבן. יעצט האלט עס ביי 333,134. דאס איז 66 פראצענט פונעם ציל.

ס'קומען נאך אריין נדבות יעדע פאר מינוט.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:40 am
דורך real fake news
לדעתי איז עס בכלל נישט אזא מוראדיגע סוקסעס ווי ממאכט עס דא,
יעדע צווייטע וואך איז דא א קאמפעין פאר נאך אנאנדערע צוועק און מטרייבט אויף האלבע מיליון אין נאו טיים,
דא ווען עס מאכט זיך נישט קיינמאל אזא צוועק צו שטיצן א נרדף פון אונזער סיסטעם וואלט געמעגט אויפטרייבן אביסל מער.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 5:29 pm
דורך אישתישבי
שוין, עס איז נישט א סאקסעסס? דרייסיג רבנים, פין זיי א גרויסע חלק אנשטענדיגע רבנים האבן אים געמאכט פאר א קוקניק, און אפילו ער מאכט צען טויזענט דאלאר איז עס א פאטש אין פנים. פארגעס נישט, ער איז א יחיד, און א יחיד מאכט נישט קיין געלט צו עפענען א בית המדרש. ווען ער מאכט אויף א ונתעודד פאר דער קול קורא וואלט ער געמאכט אפשר א פיפציגער. דא רעדט מען זעקס מאל אזויפיל, איז עס א פעסטע הצלחה.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 5:45 pm
דורך הדסים
קוק אהער, איך דארף נישט קיין ביהמ"ד, אבער אויב איינער האט א מהלך וויאזוי איך קען מאכן א קאמפיין פאר מיר אליין, וואלט איך עפרישיעיטעט א קול קורא.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 6:07 pm
דורך וואלווי
הדסים האט געשריבן:קוק אהער, איך דארף נישט קיין ביהמ"ד, אבער אויב איינער האט א מהלך וויאזוי איך קען מאכן א קאמפיין פאר מיר אליין, וואלט איך עפרישיעיטעט א קול קורא.


All jokes aside

ווען די זאלסט וויסען פון די טעראר וואס ר' שמואל האט מיטגעמאכט, און די פחד אונטער וואס זיין משפחה האט מיט געלעבט פאר א לאנגע צייט ביז אהער, וואלסטו מוחל געווען די קול קורא מיט די קאמפיין.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 6:09 pm
דורך בן ישי
.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 7:00 pm
דורך אישתישבי
וואלווי האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:קוק אהער, איך דארף נישט קיין ביהמ"ד, אבער אויב איינער האט א מהלך וויאזוי איך קען מאכן א קאמפיין פאר מיר אליין, וואלט איך עפרישיעיטעט א קול קורא.


All jokes aside

ווען די זאלסט וויסען פון די טעראר וואס ר' שמואל האט מיטגעמאכט, און די פחד אונטער וואס זיין משפחה האט מיט געלעבט פאר א לאנגע צייט ביז אהער, וואלסטו מוחל געווען די קול קורא מיט די קאמפיין.


קענסט אפשר מער מפרט זיין?

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 03, 2020 2:35 am
דורך שבת אחים
אריבער 400,000 דאללער!