וויאזוי אונזערע מנהגים און משוגעת׳ן ווערן געבוירן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 17, 2020 11:08 pm

שבת אחים: ווי ס'זעהט אויס איז דער מנהג אז (יונגע) בחורים רייכערן זייער ערשטע ציגארעטל אין בית הכיסא ווייל געוויסע צדיקים האבן געהאט א מנהג צו רייכערן אין בית הכיסא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13266
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:33 am

שבת אחים האט געשריבן:יעדער ווייסט אז חסידים האבן געוויסע מנהגים, קפידות, טראדישאנס, מלבושים, למינהם א שטייגער ווי די הוט אויף די רעכטע זייט, שטיוועל, ארויפגעדרייטע פיאות, די אונגארישע רומענישע גיין מיט שטריימלעך און די פוילישע מיט קאלפיק/ספאדיק, איין חסידות טראגט געפלאכטנע עטרות און די אנדערע געקעסטעלטע, איין חסידות גייט די רבי אין א געווענטליכער טאג מיט א פשוטע הוט און ראש חודש מיט קאלפיק און א אנדערע חסידות טוט מען נאר אן די קאלפיק ווען סאיז פונקט דא א חתונה אינעם רבינ׳ס הויף אויב ס׳געפאלט דוקא ווען עשרה בטבת פאלט אויס אויף א פרייטיג, זאגט מען יעלה ויבוא צוויי מאל והי נועם זיבן מאל בין גברא לגברא אויסגעדרייט צו מערב...

מיט די יאהרן איז די אלע מנהגים פארהייליגט געווארן, אזש אז אסאך אידן ווילן נישט אפילו הערן פון זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן אויב זיין טאכטערס מאן גייט נישט גיין מיט קיין ווייסע זאקן די זיבעטע טאג פון די וואך איז בכלל נישטא קיין רעדע אז ער זאל אזא איינעם נעמען פאר א איידעם...

נעכטן נאכט איז ב״ה באשאפן געווארן א נייע משוגעת אינערהאלב די חרדישע ציבור, פארנט פון אונזערע אויגן...

די וויזניצער רבי פון קיימישע הרב ר׳ מענדל וואס איז באוואוסט אלץ גרויסער ת״ח און א קליינער חכם אין דזשענעראל איז געקומען צו די וויזנצער חתונה אין ב״פ (די זוהן פון זיין נעפיו הרה״צ ר׳ יעקב יוסף מוויזניץ ב״פ) און געזיצן א גאנצע חתונה מיט שווארצע זון-ברילן אלץ די קפידה פונעם טאטען ז״ל אויף בילדער....

יאהרן ארום וועלן אלע חסידי וויזניץ קיימישע נישט וועלן זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן אויב דער איידעם גייט נישט מיט קיין זון-ברילן....

יא יא! לאכטס נישט! סאיז א ביטערע געלעכטער....

דער ר׳ מענדל מיט זיין גרויס חכמה האט אויסגעשפילט גאנץ קראקא און האלב מאסקווע... ממש איבערגעקלוגט די סיסטעם, שווארצע זון-ברילן וועלן זיין א חציצה אויפן בילד!!!


אזוי ווערט געבוירן אלע משוגעתן...

איך האלט גראדע האט ער יא געטון א קלוגע שריט. כידוע זענען געווען (און נאך דא) אסאך צדיקים וואס זענען זייער קעגן בילדער אבער זיי קענען עס נישט אפשטעלן. די עיקר שטער איז ווייל די אייגענע חסידים ווילן דאס יא צו קענען פראפאגאנדירן די חסידית או מאיזה סיבה שיהיה. איז די קיימישע רבי אויפגעקומען מיט די המצאה זיך א צו טון די גלעזער אז די אייגענע חסידים זאלן זיך שעמען פארשפרייטן זיינע בילדער.
יעצט פארט נאך ארום בילדער פון אים ווייל ס'איז אינטערעסאנט אים צו זעהן מיט די גלעזער, אבער גיב עס אפאר וואכן אדער חדשים און ס'וועט מער נישט זיין (כמעט) קיין בילדער פון אים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2571
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2679 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 17 געסט