זורע על הקוצים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

זורע על הקוצים

הודעהדורך זעקעל » דינסטאג פעברואר 04, 2020 9:45 pm

ניסן תשמ״ה
‎היינט איז מאטל גאר שטארק אויפגעלייגט אין איז פיל
מיט הרגשים, א קלייניקייט? ״ליל טבילה״ !!! וואס קען
זיך דען מיט דעים פארמעסטן, די פיל פיינפולע אפגעשיידענע וואכן זענען זיך שוין ענדליך פארגאנגען, אין אט אט איז שוין זמן חרותונו, וואודערביי ביי שיינדל אבער, איז די מצב גאר אנדערש, כאטש וואס פון איינוועגס איז זי טאקע פיל מער אויפגעלייגט ווי מאטלע׳ן,
איז זי אבער צו דעם זעלבן מאס אויך גאר שטארק אנגעצויגען, איר אנגצויגנקייט אין ריאליטעט איז אן עפעקט פון אירע פילע צווייפלונגען וואס נאגען איר שוין פונעם פרימארגן, ווייל ווי נאר זי איז אויפגעשטאנען דעים היינטיגען אינדערפרי נאך פארן זיך גיסן פונעם נעגל וואסער שיסל, האבן אירע צווייפלען שוין אנגעהויבן מיט
דעים טיפ׳ען מוח שפין שפיל, פילע שאלות גג על גג פרעגן זיך און פארענטפערן זיך פאר שיינדלען צוזאמען,
אבער ווי פארשטייטצעך נישט בעפאר א פרישע רונדע צווייפלונגן איז גרייט איבערצונעמען אירע נארוואס פארענטפערטע צווייפלונגען, הקיצור ממש ווי ביי די סנעיל׳ס מיט די שעל׳ס, הייבען הייבט זיך עס אן פון גאר פשוטע פחדים, צום ביישפיל צו וועט נישט פונקט איצט
אפירקריכן עפעס א קסמ׳ל אויפן דעקע אדער גאר אויפן מאטראץ ציך א שטייגער ווי די פריעדיגקע עטליכע
איבערלעבונגן, ווייל דאס איז בככל קיין חידוש נישט ביי די ברוין׳ס אין אויב עפעס גאנץ אן אפטער ערשיינונג, און ציבעסליך פראגרעסירט זיך שיינדל׳ס צווייפלען טיפער און ברייטער ביז צום חוזר הגלגל ומתגלגל, צו מאטלען׳ס גוטער מזל אבער, איז שיינדל ווי איעדער קען איר, ליידער באשאנקען געווארן מיט א ספעציעלער מאס ווארעמקייט צו איעדן וועם עס זאל נאר נישט זיין זאל דאס זיין א דומם צומח חי אדער א מדבר צוגלייך, ווידעראום צו איר מאטל׳ען אבער, איר באליבטער צו אים קומט קיינער צו, און טאקע מחמת איר גרויס איבערגעגעבנקייט צו אים, טרויערט זי זיך נישט צו אים אויפצוברענגן אירע ענגבערנישען און צוטומעלט׳ן מצב, טא צו וואס פעלט עס דען איר אויס צו שאפן פאר איר מאטל׳ען פונקט די דאזיגקע שווערע עגמת נפש׳ן, שיינדל איז ב״ה באשאנקען מיט א גרויסן דאזע חכמת נשים און א בינה יתירה שטייט-זיך אויכעט, און ווייסט צו גוט ווי האקעל דאס עניין שטייט ביי מאטלען, און איז ליבערשט מסכים צו איינשלונגען איר צווייפלען, אין זיך באשעפטיגן מיט וואס עס איז נאר שייך צו בלייבען באשעפטיגט, גענוי די זעלבע מיטל זי געדענקט ליינען אינעם אידישן ליכט א קנאפע צייט צוריק ביים עצות ווינקל, ‎
(פארזעצונג אי״ה)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זעקעל אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 11:50 am, רעדאגירט געווארן 13 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:01 pm

היות דו האסט אונז צוגעזאגט א פארזעצונג, וויל איך דיר נאר בעטן איין קליינע טובה'לע...

ביטע שפאר נישט קיין ריוח בין שורה לשורה און מאך זיכער אז עס איז אנגענעם פארן אויג צו ליינען, דו זעסט אויס ווי א גוטער שרייבער און א פיינע פענע...

ביטע רעכן זיך מיט מיינע ווערטער ווייל איך מיין נישט קיין כבוד און קיין געלט.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 314
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 294 מאל

Re: זורע על הקוצים

הודעהדורך זעקעל » דינסטאג פעברואר 04, 2020 11:09 pm

מאך זיכער האט געשריבן:היות דו האסט אונז צוגעזאגט א פארזעצונג, וויל איך דיר נאר בעטן איין קליינע טובה'לע...

ביטע שפאר נישט קיין ריוח בין שורה לשורה און מאך זיכער אז עס איז אנגענעם פארן אויג צו ליינען, דו זעסט אויס ווי א גוטער שרייבער און א פיינע פענע...

ביטע רעכן זיך מיט מיינע ווערטער ווייל איך מיין נישט קיין כבוד און קיין געלט.


@מאךזיכער קודם כל א דאנק פאר די קאמפלימענט און חיזוק, ווי אויך דאנק איך אייך פאר די קריטיק, וואס אויב איר זעהט האב איך עס נארוואס פאראכטן, ווי אויך וועל פרובירען מיט די הילף פון גאט עס צו פארמיידען פון פאסירן אינעם קומענדיגקען פארזעצונג
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: זורע על הקוצים

הודעהדורך טראכטכמוני » מיטוואך פעברואר 05, 2020 2:22 pm

פארפאלן כ׳בין געשפאנט. וואו גייט אונז @זעקל פירן וויטער? צום דיין? טעראפיסט? אין מקוה אריין? אדער אפשר גאר ...?
איין זאך טוה מיר א טובה טראג אונז נישט צום יודישע ליכט׳ס עצות ווינקל... :)
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך real fake news » מיטוואך פעברואר 05, 2020 5:53 pm

זעקעל האט געשריבן: צום ביישפיל צו וועט נישט פונקט איצט
אפירקריכן עפעס א קסמ׳ל אויפן דעקע...

מיינסט אוודאי א ׳כתם׳, פאר א קסם ברויך מען פרעגן בלעם׳ן....
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

זורע על הקוצים

הודעהדורך זעקעל » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 3:30 am

real fake news האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן: צום ביישפיל צו וועט נישט פונקט איצט
אפירקריכן עפעס א קסמ׳ל אויפן דעקע...

מיינסט אוודאי א ׳כתם׳, פאר א קסם ברויך מען פרעגן בלעם׳ן....



@real fake news
אז איר פרעגט שוין יא וועל אייך ענטפערן. מיר מאמינים האבן דאך מקובל אז אלדסדינג שטייט דאך שוין און די הייליג׳קע תורה נישט אזוי, דעראיבער בעט איך אייך א פערזענליכן בקשה ביטע מישט זיי מוחל אויף א חומש׳ל צו פרשת חיי שרה און שטעלט אייך ביים בת ק׳ כבת כ׳ ענין, און פרעגט אייך אליין, אז בכדי קלאר צו מאכן א משמעות אין א פסוק חומש... קען א בת ק׳ צו א בת כ׳ (א מילעניאול) ווערן, דאן צו פארענטפערן א פשוטע׳ר פראזע גרייז אין קאווע שטיבל קען אן פשוט׳ער אות ק׳ זיכער צו אן אות כ׳ זיך ״טראנזישאנענן״ נישט אזוי ???,
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

זורע על הקוצים

הודעהדורך זעקעל » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 4:10 am

זעקעל האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן: צום ביישפיל צו וועט נישט פונקט איצט
אפירקריכן עפעס א קסמ׳ל אויפן דעקע...

מיינסט אוודאי א ׳כתם׳, פאר א קסם ברויך מען פרעגן בלעם׳ן....



@real fake news
אז איר פרעגט שוין יא וועל אייך ענטפערן. מיר מאמינים האבן דאך מקובל אז אלדסדינג שטייט דאך שוין און די הייליג׳קע תורה נישט אזוי, דעראיבער בעט איך אייך א פערזענליכן בקשה ביטע מישט זיי מוחל אויף א חומש׳ל צו פרשת חיי שרה און שטעלט אייך ביים בת ק׳ כבת כ׳ ענין, און פרעגט אייך אליין, אז בכדי קלאר צו מאכן א משמעות אין א פסוק חומש... קען א בת ק׳ צו א בת כ׳ (א מילעניאול) ווערן, דאן צו פארענטפערן א פשוטע׳ר פראזע גרייז אין קאווע שטיבל קען אן פשוט׳ער אות ק׳ זיכער צו
אן אות כ׳ זיך ״טראנזישאנענן״ נישט אזוי ???,



@real fake news
איך האב זיך מיישב געווען ווי איך זעה פון אייער פענע נאמען זענט איר פון די עכטע און א שטיקל פאלטשע רעדט צו אייך נישט ווי איך פארשטיי, דאן וועל איך זיך מיט אייך אויך אומגיין מיט׳ן ריינעם אמת ביטע א קוק גיבען אויף מיין פענע נאמען וועט איר אלץ פארשטיין איך בין בסך הכל א זעקל וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו ארויסצושרייבען מיין אייגן נאמען זעקל אנע גרייזן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זעקעל אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 1:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

זורע על הקוצים

הודעהדורך זעקעל » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:45 am

פארזעצונג פון פריער
צוריק צו מאטל׳ן, ווי שוין דערמאנט פון פריער איז מאטל היינט און א ״ה״, די מקוה. די קאווע. אין אזוי אויך די דאווענען זענען אלע באזינדער געווען היינט גאר ווארעם, פארט אבער אויפן טרעין וואס פירט מאטל׳ן צו דער ארבעט, דארט הייבט זיך אן דעים ריכטיגן אשר קרחה, מאטל טאקע א גרויסער ירא שמים, און ווי אויך א שטארקער פחדן, איז פארט אבער נאר א מענטש מיט מענטשליכע געברויכן אין טבעות׳דיגקע תביעות׳ן, אין ווי נאר ער דערזעהט זיך אויפן טרעין, פאסירט ווי אויטאמטיש אן אומשולדיגע גלוסטעניש׳ער בליק פון מאטל׳ן אויפן אייראפעישן טוריסט׳ישן שכנה, מאטל ווי פארשטייט זיך איז גאר א גרויסן בר מזל ווען עס קומט צו די ענינים, און ווי נאר ער זעט ווי ער איז געכאפט געווארן, גיט אן האסטיגן דריי מיט די קאפ אויף צו לינקס ווי כאילו ער האלט איצט מיט, מיט דעים דאלפין שאו אינעם אקוועטיאום און סאיז ווי חול המועד יעצט, ווידערביי די טוריסט׳קע אבער, יונג איז זי, אין ווי אויך ס׳איז איר ערשטן וואקאציע אינדרויסן פון אייראפע, פילט אבער יא פאר וויכטיג צו מאכן דערפון מטעמים, דרייט זי זיך גלייך אויף צוריק מיט א עזות׳דיגקע חוצפה, און מיט צינישע בליקן אויף מאטל׳ען זי ווי פראטעסטירט, מאטל צומישט און מיט רעכט פארשטייט זיך, ער איז דאך די שווערע קאלעדזש טרענירוג נישט פאראיבער און ווייסט נישט וואספארא ברכה מען מאכט דעראויף און ווי אזוי מען עסט דאס אויף, מער פון דעם שוב ואל תעשה ווייסט מאטל נישט, ממילה האלט ער זיין פנים פארדרייט אויף לינקס עד יעבור זעם, כאטש וואס זי לאזט נישט נאך, און עס האלט שוין אן מער ווי א מינוט וואס שפירט זיך אים מער ווי יאר, ווי אויך ווייסט מאטל אז דאס קען אים שענקן א כמו סטיף נעק, איז עס אים נאך אלץ מער ניחא צו בלייבן מיט די קאפ פארדרייט ווי איידער צו צונעמען מער פון דיע מינע בושות מאכט זיך מאטל א שנעלער חשבון, הקיצור חשבון׳דיג און ווי אויך שעפשענדיג דעים ״שויתי״ פארעכנט זיך מאטל נאכאמאל מיט א בליק אויף צוריק אבער דאסמאל פשוט צו פארענדיגקן דעים געשעפט און אפשאצען דעים שאדן, אבער דאס וואלט אלץ גוט געווען אויב דער רשעות׳דיגקע מכשפה איז ווילינג אים צו פארגעבן, הקיצור שטעלט זיך אבער אנדערש ארויס, און די קאץ און מויז שפיל גייט ארויף צו ״לעוול צוויי״ אזש מאטל׳ס האלדז הייבט אן וויי טון פון זיינע געצווינגענע באוועגונגען - רעכטס לינקס - לינקס רעכטס - וגלגל החוזר. דיזי אינגאצן הערט מאטל אויפן הויכהיליגער ״נעקסט סטאפ 47th street“ אינגאצען צוקלאפט און שוין פונלאנג פארגעסן פונעם היינטיגן ליל טבילה פרובירט ער א געוואגטן און שנעל דורכגעטראכטן געדאנק און לאזט נאכאמאל פאלן זיינע בליקן צו איר ריכטונג אין יעצט דוקא צו צוציען איר אויפמערקזאמקייט נאכאמאל, און דערנאך גלייך ווי אן אויסגערעכענטע אקציע לאזט ער פאלן זיינע בליקן אויף די צוויי שווארצע ווילד אויסקוקענדיגע יוגענטליכע וואס זענען נארוואס אויפגעשטיגען אויפן טרעין אזוי ווי צו דעמאנסטרירן און איינרעדן זיך בעיקר, און ווי אויך דעים א מכשפה אז בעצם איז ער נאר א נייגעריגער און האט איר בכלל נישט געמיינט ואין לך ראיה גדול מזה אז ער טוט דאס געוואגטע און שרעקט זיך נישט צו קוקען די שווארצע חברה אין פנים אריין אויכעט, למעשה איז די טוריסט שוין פונלאנג נישט אויפן טרעין אבער ווי נאר מאטל הייבט דאס אן רעאליזירן און אז ער האט זיך גאר טועה געווען מיט א פרישן פאסאנדשיר ווערט ער פלוצלים ווי פארגליווערט ווען מיטאמאל הערט ער ווי א דונער א ווילדער געשריי ״יאו דזשא״, מאטל מיט א בלאסקייט הייבט אן שוויצען ווי א קראן, בעצם וואלט זיך דאס מאטל קיינמאל נישט ערלויבט ווען נישט די נעקסטע סטאפ איז זיין אפשטייג דעסטענאציע, מאטל שטעלט זיך גיך אויף א דערשראקענער, מיט שולדיגע געפילן דערזעט ער זיך מיטאמאל אויך האלטן אין די האנט די דיעטע זעקל וואס זיין אשת חיל זיין געטרייע שיינדל האט אזוי שווער געארבעט צוצוגרייטן פאר אים, ווען מאטל ווייסט ווען וויפיל מסירת נפש עס ליגט און דעים היינטיגן זעקל, וויבאלד שיינדל מיט אירע אלע פחדים פונעם היינטיגן טאג ווי אויבן דערמאנט האט אפי׳ פרישע טאמעטאס נישט פארפעלט אויפצושניידען כאטש וואס די קאליר מאכט איר היינט מער ווילד ווי עס מאכט ווילד די ווילדע אקסן ביים שפיל אין שפאניע, ווען מאטל ווייסט ווען טאקע דאס אלעס, וואלט ער ווען זיכער אויסגעגאנגן פאר בושות אויפן ארט, נאר וואס דען חוה האט דאס אלעס גורם געווען און אנדערע ווערטער די פרויען זענען שילדיג פארטראכט זיך מאטל מיט א גאר שולדיגע געפיל צו זיין שיינדל׳ן, פון דעים סעלפיש׳ן תירוץ, און שטייגט אראפ פון טרעין און לאזט זיך צו דער עבודה

פארזעצונג אי״ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זעקעל אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:47 pm, רעדאגירט געווארן 11 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך real fake news » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 11:09 am

זעקעל האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן: צום ביישפיל צו וועט נישט פונקט איצט
אפירקריכן עפעס א קסמ׳ל אויפן דעקע...

מיינסט אוודאי א ׳כתם׳, פאר א קסם ברויך מען פרעגן בלעם׳ן....



@real fake news
אז איר פרעגט שוין יא וועל אייך ענטפערן. מיר מאמינים האבן דאך מקובל אז אלדסדינג שטייט דאך שוין און די הייליג׳קע תורה נישט אזוי, דעראיבער בעט איך אייך א פערזענליכן בקשה ביטע מישט זיי מוחל אויף א חומש׳ל צו פרשת חיי שרה און שטעלט אייך ביים בת ק׳ כבת כ׳ ענין, און פרעגט אייך אליין, אז בכדי קלאר צו מאכן א משמעות אין א פסוק חומש... קען א בת ק׳ צו א בת כ׳ (א מילעניאול) ווערן, דאן צו פארענטפערן א פשוטע׳ר פראזע גרייז אין קאווע שטיבל קען אן פשוט׳ער אות ק׳ זיכער צו אן אות כ׳ זיך ״טראנזישאנענן״ נישט אזוי ???,

און בת ס כבת ת שטייט אויכעט? :lol: :lol:
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

זורע על הקוצים

הודעהדורך זעקעל » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 11:13 am

real fake news האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן: צום ביישפיל צו וועט נישט פונקט איצט
אפירקריכן עפעס א קסמ׳ל אויפן דעקע...

מיינסט אוודאי א ׳כתם׳, פאר א קסם ברויך מען פרעגן בלעם׳ן....



@real fake news
אז איר פרעגט שוין יא וועל אייך ענטפערן. מיר מאמינים האבן דאך מקובל אז אלדסדינג שטייט דאך שוין און די הייליג׳קע תורה נישט אזוי, דעראיבער בעט איך אייך א פערזענליכן בקשה ביטע מישט זיי מוחל אויף א חומש׳ל צו פרשת חיי שרה און שטעלט אייך ביים בת ק׳ כבת כ׳ ענין, און פרעגט אייך אליין, אז בכדי קלאר צו מאכן א משמעות אין א פסוק חומש... קען א בת ק׳ צו א בת כ׳ (א מילעניאול) ווערן, דאן צו פארענטפערן א פשוטע׳ר פראזע גרייז אין קאווע שטיבל קען אן פשוט׳ער אות ק׳ זיכער צו אן אות כ׳ זיך ״טראנזישאנענן״ נישט אזוי ???,

און בת ס כבת ת שטייט אויכעט? :lol: :lol:


@real fake news
צו דעים וועט מען מוזן צוקומען צום צווייטן תירוץ
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג פעברואר 11, 2020 12:59 pm

קען זיין מ׳וויל מרמז זיין צו דעם וואס דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ זאגט (מאמר ב פ״ו) אז ״קסם״ מאכט זיך מער אפט ביי ״נערים ופתאים״ ווי ביי די שלימי השכל/משכילים ע״ש. וויל מען דא מרמז זיין אז זי איז באזארגט/פארטראכט איבער׳ן מעוברת ווערן מיט ״נערים״...

(ואגב, זה לשונו שם להלן בפ״ח, והמשל שאשר תטה מחשבתו בענין הזווג לאיש ולאשה אם בטבע אם במנהג תיוחד הודעתו באלו הדברים כמו שהתפרסם מענין הקוסמות, ע״כ ע״ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 898
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

זורע על הקוצים

הודעהדורך זעקעל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 9:25 pm

פארזעצונג פון פריער

לאמיר אביסל מסיח דעת זיין פונעם אומשולדיגען ברוין פאמיליע, נאכאלעמען צו די סארט פאנאמענען׳ס זענען די ברוין׳ס בכלל נישט עקסקלוסיוו, עס איז שכיוח פונקט אזוי ביי ווייס שווארץ די גרינפעלד׳ס און ווי אויך ביי די העכערע קלאס - די סארט מיט וועם איך וועל זיך נישט יעצט דא אנהייבען ווי פארשטייט זיך און מיט א קריאת השם אודאי נישט, צוריק צום ענין, ווי סאיז איינגעפירט לעצטענס, (און מן הסתם אייביג געווען) איז דא אזא מין שטיק אז ווען מען לעכצט נאך אביסל אויפמערקזאמקייט און מזומן פרובירט מען אויפצוקומען מיט אזא סארט BECOMING אדער א GROWING UP באשרייבונג, די תוכן געוויינדליך איז רימען מיט אן עניוות שטייטצעך, די אייגענע שבחים וכדו׳, צומאל דארף מען האבן געוועזען די פרעזידענט׳ס אידענע צו קענען דערמיט ערייכען אן אמתן סוקסעס, צומאל דארף מען געהערן צו א רבישע פאמיליע און האבן געווען אויבן אויפן דרך און פון דארט זיך האבן אויסגעגליטש׳ט אזש צו א רעביצען ל״ע צו ווערן און נאר אזוי וועלן די שאנסן צו געניסן פון דעים BECOMING זיין עטוואס העכער נול, נו טאמער אבער איז מען א גוטער בר מזל, איז א קאמבינאציע, פון א רב מיט טשערנאבלער יחוס און א נעק טיי, אויך גענוג צו געניסן פון דעים GROWING UP, -צו באמערקן צו דעים בר מזל׳ס מזל דארף איך קיין עדות נישט, אדרבא אפשר זאגט איר מיר פאר וויפיל מענטשן עס קען געלונגען דורך טוישן א ווידעא טייטל צו פארשטיין געבן צו א מיליון מענטשן אז ליעבע און פיש יאוך האבן עפעס אין קאמאן- הקיצור האב איך אויך געטראכט עס צו גיבן א שאנס און אפלאזן מאטלן און שיינדלן און זיך קערן טאקע צו דעים BECOMING קוץ
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 17 געסט