בלאט 1 פון 1

אין קאמף פאר פרייהייט:

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 3:46 pm
דורך קאך_לעפל
[justify]סעפטעמבער 1814 למספרם – אמעריקע איז פארמישט אין א לאנג-פארצויגענע קריג מיט ענגלאנד. די יונגע דעמאקראטיע איז אין א געפאר ווידער אמאל באהערשט ווערן דורך מאנארכישע טיראניע. מעכטיגע בריטישע קריגס שיפן באלאגערן די האפנס, און אירע מעכטיגע קאנאנען האמערן אומאויפהערליך די אמעריקאנע פעסטונגען לענגאויס די ברעגעס. די שלאכטן זענען ברוטאלע אבער די אמעריקאנער צייגן נישט ארויס קיין שום צייכן פון זיך אונטערגעבן אדער אפילו פון אראפצולייגן דאס געווער. די ציטאט פון איינע פון די גרעסטע פרייהייט-קעמפער וועלכע האט נאר אמאל געלעבט, גענעראל זשארזש וואשינגטאן, שטייט זיי פאר די אויגן: עס איז ענדערש צו שטארבן אויף די פוס, ווי איידער צו לעבן אויף די קני. דאס איז דער טרייב-קראפט וואס טרייבט זיי אנצוגיין מיטן ווידערשטאנד.

דער אמעריקאנער פרעזידענט זשיעמס מעדיסאן האט באאויפטראגט א יונגער ענערגישער אדוואקאט פון די שטאט באלטימאר, מיטן נאמען פראנסיס סקאט קי, אנצופירן פארהאנדלונגן מיט די ענגלענדער איבער א אויסטויש פון געפאנגענע. אויף די בריטישע קריגס שיפן האבן דאן געשמאכט שווערע הונדרעטער אמעריקאנער זעלנער, וועלכע זענען געפאנגען געווארן דורכאויס די שלאכטן. די אמעריקאנע געפאנגענע זענען געהאלטן געווארן אונטער די שווערסטע אומשטענדן אן קיין מינימאלע הומאנעריאיסטישע איינריכטונגן, זיי זענען געהאלטן געווארן אין ענגע שטייגן ווי שטירן.

עס איז געווען א פינצטערע סעפטעמבער נאכט, ווען פראנסיס קי האט זיך אריינגעזעצט אין א קליין שיפל, און א ווייסער פאן אלס א צייכן פון אונטערטעניקייט איז געווען אנגעהאנגן אויפן שפיץ מאסט. ער האט אנגעהויבן פארזיכטיג צו רודלען צום ריכטונג פונעם בריטישער קריגס שיף עדזש. עם. עס. מינדאן. אנקומענדיג אויפן דעק האט אים שוין דארט אפגעווארט דער בארימטער בריטישער אדמיראל, ראבערט ראָסס. די פארהאנדלונגן איבער די אויסטויש צווישן אמעריקאנע און בריטישע געפאנגענע האבן זיך באלד אנגעהויבן, און אפגעזען פונעם קריגס צושטאנד זענען די געשפרעכן צוגעגאנגן פארהעלטמעסיג רואיג, און ביז א קורצע וויילע איז א זאכליכער אפפמאך אויסגעארבייט געווארן. קי האט דאן אראפגענידערט צום אונטערשטן טייל פונעם שיף, וואו די געפאנגענע האבן זיך אויפגעהאלטן, און ער האט זיי איבערצוגעבן די גאר גינסטיגע נייעס אז זיי גייען אט אט באפרייט ווערן פון זייער געפענגעניש קייטן, און זיי גייען זיך ווידער פאראייניגן מיט זייערע בענקענדע פאמיליעס. זעלבסטפארשטענדליך אז צו די פרייד פון די זעלנער איז גאר נישט געווען קיין גרעניץ. אבער צום באדויערן איז זייער פרייד געווען פריצייטיג.

ווען קי איז צוריק ארויף אויפן אויבערשטן דעק פונעם שיף האט אים אדמיראל ראָסס אפגעווארט מיט א אומאנגענעמע איבעראשונג. ראָסס זאגט צו אים: קוק ארויס צום אפענעם ים. קי נעמט באלד אפיר זיין שפאקטיוו און ווענדעט זיינע אויגן צום ריכטונג וואו ראָסס האט אים אנגעוויזן. ווי שאקירט איז קי געווארן ווען ער האט געזען אינעם ווייטן האריזאנט - ווי הונדרעטער מעכטיגע בריטישע קריגס שיפן איילן זיך מיט א אויסטעלישער שנעלקייט צום ריכטונג פון די אמעריקאנע ברעגעס. קי האט באלד פארשטאנען אז די ענגלענדער גרייטן זיך אויף א מאסיווע אפענסיווע. די ענגלענדער האבן זיך געגרייט אין יענע נאכט - דורכצופירן א מעכטיגער באמבעדירונג אויף דעם מאַק הענרי פעסטונג, א מיליטערישער פעסטונג וואס שטייט אין די האפנס פון די שטאט באלטימאר. ראָסס האט געזאגט פארן צושראקענעם קי, אז די באמבארדירונגן וועלן אנהאלטן ביז ווי לאנג די אמעריקאנער נידערן נישט אראפ דעם אמעריקאנער פאן - וועלכע האט געפלאטערט מיט שטאלץ אין צענטער פון פעסטונג. קי האט גאר שווער אויפגענומען די נייעס, ווארום אינעם פעסטונג האבן זיך אויפגעהאלטן גאר א סאך אמעריקאנע זעלנער מיט זייער פאמיליעס. זיין גייסט איז איינגעפאלן און ער איז געווארן זייער אנידערגעשלאגן. ער האט צוריק אראפגענידערט צו די געפאנגענע און ער האט זיי אינפארמירט איבער די פרישע אנטוויקלונג.

הארט ביים זון אונטערגאנג זענען שוין די בריטישע שיפן געשטאנען אין א שיס גרייכענדע פאזיציע, זייער ארטילעריע האט שוין געקענט דערגרייכן דעם ברעג. דער נאכט איז געווען גאר א פינצטערע נאכט, די לבנה האט זיך כמעט נישט אנגעזען אויפן הימל. און צוגאב האבן שווארצע כמארעס געשוועבט אין די לופטן און א שלאקס רעגן האט געשמיסן אין פנים, דער ווינט האט געפיפן און געיאוועט אזש עס האט זיך צוגעדאכט אז דאס גאנצער נאטור שטייט גאר אויף די זייט פון די ענגלענדער. פייער! האט זיך געהערט א האסטיגער געשריי! בום... בום...בום... די מעכטיגע הארמאטן פון די שיפן האבן אנגעהויבן צו שפייען פייער און האגל. דער אנגריף איז געווען מיט אזא אויסטערלישער קראפט, אזש דאס גאנצער ארום האט געטרייסלט. די פעך שווארצער הימל איז העליש באלאכטן געווארן פון די שיין פון די מעכטיגע פייער צינגער וואס די אויפרייסן האבן פאראורזאכט. די קנאקאדעס און די דינערן האבן אנגעהאלטן דורכאויס די גאנצע נאכט...

די אמעריקאנער אויפן שיף האבן מיט אויסטערלישער אנגסט נאכגעפאלגט די אנטוויקלונגען פון די שלאכטן. דורכאויס די גאנצע נאכט איז קי נאכאנאנד געגאנגען ארויף און אראפ צו האלטן די געפאנגענע אינפארמירט איבער די סיטואציע. די אמעריקאנער האבן נאר געוואלט וויסן בלויז איין זאך – צו דער אמעריקאנער פאן אויפן פעסטונג פלאטערט נאך, מער האט זייי גארנישט אינטערעסירט. נעמליך, צוליב דער שטאק פינסטערקייט פון די נאכט האט קי ווי שטארק ער האט נאר פראבירט דאס נישט געקענט פעסטשטעלן. ערשט אין די בעגינען ווען די שטראלן פונעם אויפשפראצנדען זון האבן ענדליך אנגעהויבן צו פארטרייבן דעם נאכט-פינצטערניש, האט קי צו זיין גרויס פרייד געזען ווי דער אמעריקאנער פאן פלאטערט נאך אלס אין די הייעך מיטן גאנצן שטאלץ. ער האט דאס באלד באריכטעט פאר די געפאנגענע וועלכע האבן דאס אויפגענומען מיט שאלן פון פרייד און מיט אן אויסטערלישער עקסטאז.

פראנסיס סקאט קי איז אזוי אינספירירט געווארן פון די דאזיגער איבערלעבעניש, אזש ער האט זיך אנידערגעזעצט און פארפאסט א רירנדע פאזיע אין וועלכע ער שילדערט זיינע שטורמישע געפילן אין יענעם שרעקעדיגער נאכט אויפן דעק פונעם עדזש. עם. עס. מינדאן.

אט איז א טייל פון זיין פאזיע:
זאגט איר, קענטסטו נאך זען? דורך די פרימאָרגן ליכט פון דער פאַרטאָגס,
וואס אזוי שטאלץ מיר באַגריסן, ביי די שוואכע שיין פון די לעצטע שפראצונג,
וועמענס ברייטע פאסן און שיינענדע שטערנס, דורכאויס דעם שרעקליכער שלאכט,
איבער דעם פעסטונג וואס מיר האבן אבזערווירט, וואו אזויפול העלדישקייט האט געשטראמט?
און די ראקעטן מיטן רויטן שיין, און די באמבע קנאקאדעס אין די לופט,
איז געווען א באווייז אז דער פאן איז נאך אלס דארט,
זאגט איר, צו דער שטערן באַפליטערטער פאן פלאטערט נאך,
איבער דאס לאנד פון די פרייע, און די היים פון די בראווע.

יארן שפעטער איז דער דאזיגער פאזיע באשטומט געווארן אלס דער נאציאנאלע הימנע פון די פאראייניגטע שטאטן.

[center]***[/center]

די דאזיגער געשיכטע ווארפט עטוואס א שיין ווי שטארק די אידאלאגיע פון פרייהייט האט געטוליעט אין די הערצער פון די ערשטע אמעריקאנע גענעראציעס. דער אמעריקאנער פאן, וואס איז אייגענטליך אויך דער אונטערנאציאנלע פאן פון פרייהייט - איז געווען אין זייער אויגן מער הייליג ווי זייער אייגענעם לעבן. דאס שפריכווארט פון זשארזש וואשינגטאן, ענדערש שטארבן אויף די פוס איידער ווי צו לעבן אויף די קניען, איז געווען די אינספיראציע וואס האט זיי געטריבן.

פרייהייט באדייט נישט בלויז פרייהייט פון טיראניע, פרייהייט באדייט אויך אינדיווידואלע פרייהייט. די ערשטע טאטעס האבן הייליג געגלייבט אז פרייהייט איז א פונדאַמענטאלע רעכט פון א מענטש וואס קומט פון ג-ט זעלבסט, עס איז די נאטורליכער געבורטס רעכט פון יעדע מענטש, און עס איז נישט פארהאן קיין שום מאכט אויף די וועלט וואס זאל דאס קענען אוועק רויבן פון אים. אט איז וואס טאמעס זשעפארסאן שרייבט אין די דעקלעראציע פון פרייהייט:

"מיר האלטן די דאזיגע ווארהייטן אלס זעלבסטפארשטענליך, אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג, אז זיי זענען באשאנקן געווארן דורך זייער באשאפער מיט דייטליכע אומטוישבארע רעכטן, וואס צווישן זיי זענען די רעכט צו לעבן, פרייהייט, און א שטרעבונג צו צופרידנקייט. און צו פארזיכערן די דאזיגע רעכטן, איז א רעגירונג איינגעשטעלט געווארן צווישן מענטשן..."


די סאציאליסטן זענען נישט איינשטימיג מיט די דאזיגע נאבעלע אידאלאגיע, זיי האלטן אז די רעכטן פון מענטש קומט גאר פון די רעגירונג, און נישט פון ג-ט. דאס באדייט אז די רעגירונג איז באפולמעכטיגט אוועק צו רויבן און איינצוימען די פרייהייט וואס זיי זעלבסט האבן אנגעבליך געשאנקן. און זיי קענען דאס טאן לויט ווי זייער פארשטאנד דיקטוטירט.

עס צו לייגן אין פערספעקטיוו:

דער שטענדיג גערעגטער זקן פון ווערמאנט רבי בערל סאנדער זז''ג, אינאיינעם מיט זיין פילגש די צוקאשקעטע לאפע טאנצערין אָקזיאָ קאָרטעז ארבייטן אצינד זיך אריינצוצווינגען און גענצליך איבערצונעמן די רעגירונג. די דאזיגע צוויי פאסקודניאקעס ווילן עמטליך ווערן די פולשטענדיגע באלעבאטים אויף יעדע עספעקט פון אונזער לעבן. זיי גייען אונז זאגן וואס עס איז עטיש און וואס נישט, וואס מיר מעגן יא עסן אדער נישט עסן, מיט וועלכע טראנפארטאציע מיטלן מיר זענען ערלויבט זיך צו באנוצען און מיט וועלכע נישט, וועלכע געזונטהייט פארזיכערונג עס איז גוט פאר אונז, וואס פאר א קאריקאלעם מיר זאלן לערנען מיט אונזערע קינדער. און די ארגסטע פון אלעם זיי גרייטן זיך מיט זייער טיפער פארשטאנד אפצומאכן גענוי וויפול געלט איטליכער מענטש זאל מעגן פארדינען. די דאזיגע בייזע באשעפענישן דעקלערן עמטליך - אז אין זייער רעגירונג אויב א מענטש וועט פארדינען מער וויפול זייערע קארטאפל קעפ האלטן אז ער איז ערלויבט, גייען זיי דאס פשוט קאָנפיסקירן... דאס קען מען נישט אויפמאכן...

ווען אונזערע זיידעס זענען געקומען פון אייראפא מיט די דאמף שיפן אויפן וועג צו אליס איילענד, און זיי זענען דורכגעפארן די סטאטוע פון פרייהייט וואס שטייט ביים אריינגאנד צום ניו יארקער האפן, האבן זיי אויסגעבראכן אין שטרומישע געוויינען, זיי האבן זייער גוט געוויסט ריכטיג צו שעצן אינדיווידואלע פרייהייט. זי זענען געקומען פון לענדער וואס אלעס איז קאנטראלירט געווארן דורך די רעגירונג וועלכע איז מערסטייל געווען העסליך צו אידן, אין רעזולטאט האבן זייער ווייניג מענטשן, הויפזעכליך אידן, זיך געקענט דערשלאגן צו א לייטישער און גליקליכע לעבן. דאקעגן מיר וואס זענען שוין אויפגעצויגן געווארן מיט די גאלדענע לעפעלע אין מויל ווייסן גארנישט גענוג צו שעצן אינדיווידואלע פרייהייט... מיר ווערן עטוואס איבערגענומען פון די אלע פאלטשע צוגעזאגעכצער פון די סאציאליסטן איבער דעם אנגעבליכע גאלדענע צוקניפט וואס ערווארט אמעריקע אויב זיי דערשלאגן זיך חלילה צו די מאכט. דאס איז די שטייגער פון די קאראפטירטע סאציאליסטן זאגן צו בערג פון גאלד און האלטן איין א פייג...

אינדיווידואלע פרייהייט איז אונטער אטאקע.[/justify]