מעיאר דעבלאזיע הארגעט אידישע קינדער מיט סאטמאר'ס הילף

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מעיאר דעבלאזיע הארגעט אידישע קינדער מיט סאטמאר'ס הילף

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג פעברואר 24, 2020 9:09 pm

אין די אלטע צייטען האט מען בכלל נישט געוויסט אז מענטשען ווערן געשעדיגט פון קראנקייטען דורך אנדערע מענטשן. ווי מער צייט גייט דורך אלץ מער ווייסען אונז און פארשטייען אונז די שעדליכקייט פון קראנקייטן וואס גייען פון איין מענטש צו די אנדערע.

ווער געדענקט נישט די עקעלדיגע שטינקעדיגע נאסע האנטיכער אין אמאליגע בתי מדרשים וואס מענטשען האבן זיך אין דעם געבלאזען די נאז. דאס איז געוועהן דרייסיג יאהר צוריק , אבער היינט זעמיר קליגער. מ'פארשטייט אז ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך און מ'קען נישט אזוי לעבען.

קיינער איז נישט קעגן טוהן א מנהג ישראל. ווי מציצה בפה. אבער היינט אז מ'ווייסט אז אויב א מוהל האט הערפיס אין מויל קען ער הארגענען די קינד איז פשוט אז מ'דארף זיין aware און מ'דארף זיכער מאכן אז מוהלים טשעקען זיך כסדר און אז זיי זענען געזינט.

בלומבערג איז געוועהן גערעכט

ער האט נישט געוואלט אסר'ן מציצה בפה , נאר ער האט געוואלט אז יעדע טאטע און מאמע זאלן "וויסען" די סכנה וואס קען זיין , און אז זיי זאלן זיכער מאכן אז די מוהל איז געזונט!!

אין אנשטאטס מ'זאל אים פאלגען און ראטעווען אונזערע בעיבי'ס , האט מען געפירט א מערכה פון קאראפשען און יעדע שטיק צייט שטארבען נאך בעיבי'ס ווייל מ'טאר נישט האבן awarness וועגן הערפיס!!

אונזערע פירער'ס זענען קליינע קינדער וואס האבן נישט קיין שום vision פאר די עתיד און אפילו נישט פאר די געזונט פון זייערע אייגענע קינדער און אייניקלעך. זיי האבן משחד געווען ביל דעבלאזיא אז ער זאל מבטל זיין די קאנסענט לעדער פון בלומבערג דורך אים געבען א פאליטישע ראלי. דאס איז נישט קיין קאנספיריסי טערי וואס מ'מאכט אויף א קאראפטירטע מעיאר , נאר ס'איז קלאר געוועהן ארויסגעשריבען אין די בלאט!!

די פאליטישע ראלי אין תשע"ד גלייך פאר דעבלאזיא האט געווינען האט אפילו געהייסען "זכור ברית"!!

פאר אפאר וואוט'ס האט דעבלאזיא מפקיר געוועהן אידישע בעיבי'ס!!

לאמיר זעהן וואס דא האט זיך אפגעשפילט לויט ווי אזוי דער בלאט האט עס באשריבען דעמאלטס , און ווי אזוי די בלאט האט לעצטענס גראב ארויסגעשריבן די אמת און קלאר אויפגעדענקט די מיאוסע קאראפשאן פון דעבלאזיע און די אידישע קאפאו'ס

גלייך פאר דעבלאזיע האט געוואנען האט סאטמער גענומען א טשענס זעענדיג אז די פאול'ס געבען אים א שמאלע געווינס און האבן אים גע'אפערט א דיל. זיי גייען אים געבן סאטמער אהרונישע וואוט'ס און ער גייט לאזן אידישע בעיבי'ס פייגערן פון הערפיס
1.JPG


נישט לאנג נאכדעם וואס דעבלאזיא האט געווינען האט ער איינגהאלטען זיין צוזאג און האט מבטל געוועהן די קאנסענט לעדער'ס. דער בלאט האט דעמאלטס געשריבן אין די העדליין אז זייער "בלאק וואוט" האט עס געברענגט און האבן אפילו געלייגט א פיקטשער פון זייער ראלי פאר דעבלאזיא
2.JPG


עס האט גענומען נאך אפאר חדשים ביז דעבלאזיא'ס קאראפטעד אדמיניסטרעישן האט עס אויסגעפירט , און דער בלאט האט עס נאכאמאל אויסגעלויבט און האט נאכאמאל געשריבן אין די העדליין אז דאס איז אדאנק די "זכור ברית" ראלי
3.JPG


אבער דער בלאט האט נישט פארציילט אלע סודות דעמאלטס אין תשע"ד און תשע"ה. אויף דעם האט מען געווארט ביז תש"פ ווען דער בלאט האט באשריבן די מעשה און האט גראב און אפען ארויסגעשריבן די קאראפציע וואס איז פארגעגאנגען
4.JPG


אזוי באקוועם האבן זיי געפילט מיט קאראפטעד מעיאר דעבלאזיע , אז נאר אפאר וואכן צוריק האט דער בלאט געשריבן ווי רוהיג זיי זענען וויבאלד דעבלאזיע איז די מעיאר פון נוא יארק און ער קען באשטיין אז אידישע בעיבי'ס זאלן פייגערן פון הערפיס.
5.JPG


אבער פון די מציאות קען מען נישט אוועקלויפען. בעיבי'ס שטארבען. וואל סטריט דזשערנאל האט באריכות באשריבן וואס ס'גייט פאר , און ס'דארף נעמען א סוף!!

https://www.wsj.com/articles/city-flags ... 1582479087

אונזערע פירער'ס טרעידן נישט נאר מיט אונזער עדיוקעשאן נאר אויך מיט די לעבענ'ס פון אונזערע קינדער!!
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1011
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:48 am

אידישע בעביס פייגערן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15251
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18444 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:49 am

שמעקעדיג האט געשריבן:אידישע בעביס פייגערן?

אין די מיינד פון איינער וואס קעירט נישט פאר זיי און לאזט זיי שטארבען
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1011
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:07 pm

איך פארשטיי נישט. אויב ס'איז א סכנה פארוואס העלפט א consent form?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:59 pm

קענסט ברענגען די ארטיקל פון די WSJ? זיי ווילן איך זאל סובסקרייבן. (אדער א לינק צו די מקור פון זייער דאטא)
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך פעברואר 26, 2020 10:02 am

יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אויב ס'איז א סכנה פארוואס העלפט א consent form?

מ'קען זאגן אז עלטערען האבן א רעכט צו לייגן זייער קינד אין א סכנה אויב זיי גלייבן אז ס'איז וויכטיג פאר זיי. אבער : זיי דארפען טוהן אלעס וואס איז מעגליך צו מאכן די סכנה די קלענסטע וואס איז מעגליך , און זיי דארפען זיין aware פון די סכנה צו קענען מאכען א דעסיזשען אויב זיי ווילען עס טאקע טוהן. ס'דא מענטשען וואס מאכן מציצה בפה נאר ווייל די מוהל טוהט עס און זיי ווייסען בכלל נישט אז מ'מיז נישט , און אויב זיי וועלן וויסן אז ס'איז א סכנה וועלען זיי עס נישט טוהן.

דאס איז די אויפטוה פון די קאנסענט לעדער , פאר די עלטערען וואס ווילן טוהן מציצה בפה אז זיי זאלען זיין aware די סכנה און זאלן זיכער מאכן אז די מוהל איז גע'טשעקט פון הערפיס. פאר די עלטערען וואס האבן נישט קיין סעפעשעל סיבה צו מאכן מציצה בפה (למשל ביי זייער קהילה איז עס בכלל נישט אנגענימען ווי א חיוב) אז זיי זאלן וויסן אז ס'איז נישט א אומשילדיגע זאך , און ס'קען ברענגען א סכנה און זיי זאלן קאנסידערען זייער אפשענס.

איך מיין אז דאס איז זייער פשוט'ע סברות און מאכט זייער אסאך סענס
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1011
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 5:41 pm

יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אויב ס'איז א סכנה פארוואס העלפט א consent form?


We can ask the opposite question, too. If the health department was simply seeking to collect consent forms from parents, why was it resisted so hard and why was it dubbed a "ban" on circumcision? The answer to both questions, I think, is that both sides - the health department and the Askunim - assumed that when empowered with information by health experts, many parents - who for 9 months have entrusted the miracle of life to the same health professionals - will opt to protect their newborn from contracting fatal viruses, and so will opt for safer circumcision.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3918 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט