וואלווי האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס מ'מיינט אז קראנאוויירוס קען נאך שאטן פאר די געזונט פון רבי'ס...
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ביי אונז פלעיגט מען זאגן אז אויב מען שטרעקט אויס די האנט פאר א רומעינער זאל מען דערנאך בודק זיין אויב דאס זייגער איז נאך אויפ'ן האנט !
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אין באבוב איז געוועהן א טיש געהעריג , ווי חסידים האבן זיך געשטיפט , אנגעכאפט די הענט , און אריינגעאטעמט איינער לעבן די אנדערע. ווען איינער האט געוואלט געבן די הענט פאר די רבי האט ער אים אנגעזידעלט.....
אין סקווער האט די רבי נישט געגעבן די הענט פאר די חסידים , און מ'האט אים אוועקגעריקט פון יעדעם ד' אמות , אבער די חסידים האט מען געלאזט שטיין ווי קיען אויף די ברענטשעס זינגען און שרייען איינער לעבן די אנדערע
די חברה וועלן קיינאמל נישט ארויסגיין פון גהנום
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט