בלאט 1 פון 1

וויפיל איז קול מבשר שולדיג אינעם היימישן קאראנע קריזיס?

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 17, 2020 1:35 am
דורך קריינא דאיגרתא
עס איז נישט קיין ספק אז עס טוהט זיך יעצט אפ א שרעקליכע קריזיס ביים היימישן עולם בנוגע די קאראנע וויירוס, אז דער עולם שלאפט!! ווער עס קוקט אויף די פאקטן ווייסט אז בדרך הטבע גייען אין די נעקסטע פאר וואכן זיין טויטע היימישע מענטשן פון קאראנע, און די עולם גייט אהן כמעט כאילו לא היה. ישיבות גייען ווייטער אהן, חתונות פראבירט מען אנצוהאלטען, טייל רבי'ס לאכן אפ פון די גאנצע זאך. וכו' וכו'. מענטשען גייען שטארבן וועגן די לייכטזיניגקייט!

די זעלבע הייליגע עדה וואס האט איבערגעקערט די וועלט פאר איין רובאשקין וואס האט געשמאכט אין טורמע, האט נישט געקארגט קיין פלאג און מי און געלט און שתדלנות אים ארויסצוזעהן, לאכט זיך אויס פון א מצב וואס גייט קאסטען אידישע קרבנות!! ווען דו גייסט זיצן ווי א מלך ביים סדר גייט איינעמ'ס זיידע און איינעמ'ס עלטער פעטער און איינעמ'ס מומע און יא, אפילו איינעמ'ס יונגע איידעם, ליגן באגראבן אין די ערד - ווייל היינט פרשת ויקהל פקודי ביסטו ווי א רשע ארומגעלאפן די שטאט און באטאפט די הענטלעך פון געשעפטן און שוהלן און זאלן מיט דיין קאראנע אנגעשטעקטע הענט.

חסידישע אידן מיט די גאנצע הייליגע טראגע דרייען זיך יעצט ארום אין די גאסן און שיסן ארויס גיפטיגע פיילן וואס גייען אין די קומענדיגע טעג און וואכן דערגרייכן אריין אין די הערצער פון זייער ברידערס און שוועסטערס און זיי אומברענגען.

איך האב כל מיני חברים און באקאנטע, איך הער פון דאקטוירים די מצב אין שפיטעלער ווי מ'זעהט א פלייץ פון פאציענטן וואס ווערט ערגער און ערגער יעדן טאג. איך הער פון מענטשן וואס זענען באהאווענט אין די נושא, מענטשן אינדרויסן פון אונזער געמיינדע, יעדער איז זייער אנגעצויגן און יעדער פארשטייט אז דא שפילט זיך אפ א שרעקליכע זאך וואס מ'קען נאך יעצט אביסל פארמיידן. איך רעד אפילו פון טראמפ שטיצערס וואס ביז לעצטע וואך האבן זיי אפגעלאכט פון די נושא. יעדער פארשטייט שוין יעצט אז ס'איז גאר ערענסט, און מ'דארף טוהן וואס די עקספערטן הייסן.

אבער איך האב באמערקט אז ווי מער א מענטש נוצט קול מבשר אלס זיין נייעס קוואל איז ער אלץ ווייניגער באזארגט. איך האב ברודערס און שוועסטערס פון אלע מינים. עטליכע זענען הייסטע טראמפ שטיצערס און זיי באקומען זייער נייעס פון פאקס נייעס און דראדזש. זיי זענען פונקט אזוי באזארגט ווי איך בין. עטליכע באקומען אבער זייער נייעס פון קול מבשר, און זיי לאכן זיך אויס. זיי מיינען אז די אנווייזנוגען פון די דאקטוירים איז עפעס א סגולה וואס אויב מ'טוהט עס האלבוועגס בשפה רפה העלפט עס.

איך הער זייער זעלטען קול מבשר, און יעצט האב איך אויך נישט געהערט. אבער עס איז שוין אדורך א גאנצע וואך זייט דער פרעזידענט האט געגעבן זיין רעדע אין די אוועל אפיס און קלאר געמאכט אז מיר האבן דא א קריזיס. הערט מען די ערענסטקייט דערפון אויף קול מבשר? זענען דא אזויפיל אנגעצויגענע אינטערוויוען כאטש וויפיל ס'איז געוועהן וועגן רובאשקין אדער די דריי פארכאפטע בחורים אין יאפאן, אדער דעם בעל תשובה מערדער פון פלארידא?

אונטערשטע שורה, איך מאך א באשולדיגונג אויף קול מבשר באזירט אויף אנעקדאטישע עווידענס אז די מענטשן וואס באקומען זייער אינפארמאציע פון קול מבשר לאכן זיך אויס פון די גאנצע קריזיס. אבער איך קען נישט זאגן אויף הונדערט פראצענט אז עס איז אזוי. פרעג איך אייך, וויפיל איז קול מבשר שולדיג אז די אידישע געגענטער אין ניו יארק סיטי גייען אין די קומענדיגע טעג און וואכן ווערן די עפיסענטער פון קאראנע וויירוס, און אידישע און להבדיל נישט אידישע נפשות גייען שטארבן צוליב די לייכטזיניגקייט?

האט קול מבשר בלוט אויף די הענט?

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 17, 2020 8:22 am
דורך אישתישבי
לויט ווי די לייגסט עס אראפ

א. קול מבשר, בכלל נישט באזארגט.
ב. דראדזש, אביסעל באזארגט.
ג. סי.ענ.ענ. זייער באזארגט.

איך מיין אז די לעבט אין לאלא, עס האט בכלל נישט מיט דעם.

עס האט מיט דער מענטש, עס איז דא מענטשן וואס קערען פאר זיך, מענטשן וואס קערען פאר אנדערע אויך, און מענטשן וואס קערען פאר ביידע נישט.

זיי פלאנען ממילא נישט צוַפארשטיקען דער מחלה אינגאנצען, נאר אויסצושפרייטן אין צייט, אזוי אז דער סיסטעם זאל נישט האבען קיין איבערפלוס.

די עלטערע מענטשן וואס דרייען זיך ארום כאילו לא היה, זיי פארשטיי איך אינגאנצען נישט. האלו, ר' איד, די ווייסט אז טאמער די כאפסט דער וויירוס, איז דא הויכע טשענס פין שטארבן?
נאר וואס דען? מענטשן זענען האלב איינגערעדט, האלב סטופיד, און טאמער מיינט עס אביסל טוישן זיין סדר היום, וויל ער נישט.

און דער עיקר טענה איז אויף זיי, אנדערע אינגע, וואס ווילסטו זיי זאלען טוהן? נישט גיין אין ערגעץ? פארוואס נישט? ער איז נישט קראנק, ער ווייסט נישט ווען ער גייט ווערען קראנק. ער האלט נישט ביי זיך איינשפארן פאר אפאר וואכן, און אויך נאר ווייל אפאר אלטע לייט ווילען נישט אנטוהן הענטשקיס און מאסקעס.

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 17, 2020 9:10 am
דורך חתם סופר
אייוועלט

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 17, 2020 10:22 am
דורך אישתישבי
מן הסתם הערט מאה שערים אויס קול מבשר.

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 17, 2020 12:12 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב נישט געהערט קול מבשר, אבער די תגובה האב איך געזען אויף א"וו. ק"מ מיינט קול מבשר.
אור האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:געהערט יעצט אינטערוויו פון דר. בערמאן אויף ק"מ, עס האט מיר שטארק אפגעשראקן. דער באשעפער זאל זיך מרחם זיין אויף אידישע קינדער.

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 17, 2020 8:35 pm
דורך אנשטענדיגע ייוד
פארוואס מאכט ער נישט אן עקסטערע אפטיילונג אזוי ווי ביי רובאשקין?
פארוואס דארף צווישען יעדע קראנאו נייעס און די אנדערע זיין עפעס א שטות ווי צום ב.ש. א איבערפאל אויף א בחור , א גוי האט נאכגעשריגען אין פלעטבוש , א שריפה אויפן זעקסטן שטאק וכדומה?
דאס נעמט אויטאמאטיש אווועק די ערענסקייט דערפון געבענדיג א בליק אז סנישט מער ווי נייעס'ל !

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:48 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מיינע צוויי סענס:
איך האב נישט געהאט קיין 'whatsapp ביז ממש לעצטענס - און מיינע נייעס פלעג איך באקומען פון אריינלאגען אין די נייעס סטאנציעס בכל כדור העולם דורך די אינטערנעט - (און אביסל דורך קול מבשר) און איך מוז זאגן אז זייט איך בין אנגעהאקט מיט סאושעל מידיא זעה איך די נייעס אויף א אנדערע בליק, און אסאך פאקטען וואס די היימישע נייעס קוועלער באהאלטען אדער געבן עס ארויס זייער פארעווע איז בלויז א קאווער אפ !!!

אין אנדערע ווערטער א נייעס סטאנציע וואס וועט זיך דארפן פארענטפערן פאר איינעם פארן זאגן עפעס שלא כהוגן איז א פלאץ וואס מען טאר עס נישט גלייבען

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 20, 2020 3:25 pm
דורך מאך זיכער
יוסי געשטעטנער האט אנהויב פרובירט שוואך צו מאכן די פחד, א קליינע טראמפיסטישער קאפ ער.

געשריבן אין מאמענט אז עס איז נישט שעדליך, געפרעדיגט אויף קול מבשר, יעצט פרואווט ער אפצואווישן זיין דרעק.

תבא אמו וכו'

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 21, 2020 10:44 pm
דורך המלוכה והממשלה
איך הער אז אפילו יעצט האט קול מבשר א קאווער אפ , זיי רעדן בכלל נישט פון די היימישע וואס זענען שוין ליידער אימגעקומען פון די וויירוס

פארוואס??? אלעס צו באשיצן די רבנים און עסקנים וואס האבן גארנישט געטוהן די אלע וואכן???

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 21, 2020 10:50 pm
דורך איסר האטלקי
נאר איך זע נישט קיין קאווער אפ אויף קול מבשר? ער זאגט קיינמאל נישט וויאזוי איינער איז אוועק, נישט קיין הארץ אטאקע אדער סטראוק. קען זיין אז דא דארף ער טאקע יא זאגן, אבער ווען ער זאגט נישט איז עס נאכנישט קיין קאווער אפ.

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 21, 2020 10:56 pm
דורך המלוכה והממשלה
נישט ווי ער רעדט וועגן נפטרים, נאר אין די נייעס.

ער זאגט וויפיל טויטע ס'איז דא אין אמעריקא אין נ"י סיטי , דארף ער אויך זאגן ביי אונז. ער איז דאך א היימישע סארס פון נייעס.