קול קורא - א רוף צו די רעביס בעלי מחלוקה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קול קורא - א רוף צו די רעביס בעלי מחלוקה

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 2:13 pm

טייערע רעביס פין כלל ישראל.

עס בוזשעוועט א פחד פין א מגיפה, און מען האט פארמאכט ענקערע בתי מדרשים ישיבות כוללים, אלעס.

מאכט א חשבון הנפש, דער אויבערשטער זאגט למה לי רוב זבחיכם, איך דארף נישט ענקערע מוסדות, ענקערע תפילות, ענקער תורה.

מאכט שלום מיט ענקערע כלומרשטע שונאים, ווארט נישט יענער זאל קומען ערשט. סימפעל פימפעל, מאכט שלום.

און הער אויף האקען אין טשייניק מיט דער אינטערנעט, עס האט מיט ענק, און ענק ווייסען דאס.

כלל ישראל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2186
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1142 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 2:26 pm

די רבי'ס שרייען אז ס'איז אלס אדאנק תשבי'ס עבירות, און תשבי שרייט אז ס'איז אלס אדאנק די רבי'ס עבירות.

הצד השוה, ביידע שרייען אז ס'איז 'נישט זיך' נאר 'יענעם'ס' שולד. און ביידע ווייסן וואס ס'טוהט זיך אָפּ דארט אויבּן פון אינדערווענדיג.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1945
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 2:50 pm

קלו וקלו דברי אלוהים אחרים.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2030 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 3:23 pm

קורקלענד האט געשריבן:די רבי'ס שרייען אז ס'איז אלס אדאנק תשבי'ס עבירות, און תשבי שרייט אז ס'איז אלס אדאנק די רבי'ס עבירות.

הצד השוה, ביידע שרייען אז ס'איז 'נישט זיך' נאר 'יענעם'ס' שולד. און ביידע ווייסן וואס ס'טוהט זיך אָפּ דארט אויבּן פון אינדערווענדיג.



זעהט אויס דיין רבי איז א בעל מחלוקה.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2186
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1142 מאל

קול קורא - א רוף צו די רעביס בעלי מחלוקה

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 4:16 pm

זאגסט אז מ׳שלאגט זיך פאר׳ן ״קרוין״ קומט ל״ע א מגיפה פון ״קרוין״ [״קאראנע״ בּלאטייניש]. ה״י. :(

(הגם רש״י זאגט (במדבר טז כז) אז ביי מחלוקת איז די עונש פוגע אויך אין קינדער ל״ע ע״ש, און ביי די יעצטיגע מגיפה זענען די קינדער ב"ה די ווייניגסטע אפעקטירט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 934
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 552 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג מערץ 22, 2020 2:05 am

מו"ר גאב"ד וואדריזש האט ארויסגעברענגט אז מ'זעהט אז די באשעפער האט צוגעפירט אז די אלע שולן זאלן ווערן פארשפארט און סמאכט זיך מנינים פון אלע מיני קרייזן און שיכטן אינאיינעם. דאס וויל די באשעפער. הערט אויף מיט די פירוד לבבות אז יעדע דריי אידן דארפן א באזינדערע שול/שטיבל ווי צו דינען זייער עבודה זרה'ס. ויעשו כולם אגודה אחת, כלל ישראל זאל זיך צאמנעמען און צוריקגיין צום שורש צום באשעפער אליין. אודאי דארף מען האבן א רבי ומורה דרך, אבער דאווענען דארף מען פאר'ן באשעפער.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2575
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4027 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2685 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג מערץ 22, 2020 5:24 am

שמעון וואלף האט געשריבן:מו"ר גאב"ד וואדריזש האט ארויסגעברענגט אז מ'זעהט אז די באשעפער האט צוגעפירט אז די אלע שולן זאלן ווערן פארשפארט און סמאכט זיך מנינים פון אלע מיני קרייזן און שיכטן אינאיינעם. דאס וויל די באשעפער. הערט אויף מיט די פירוד לבבות אז יעדע דריי אידן דארפן א באזינדערע שול/שטיבל ווי צו דינען זייער עבודה זרה'ס. ויעשו כולם אגודה אחת, כלל ישראל זאל זיך צאמנעמען און צוריקגיין צום שורש צום באשעפער אליין. אודאי דארף מען האבן א רבי ומורה דרך, אבער דאווענען דארף מען פאר'ן באשעפער.


איז טאקע אזוי געבליבן צום סוף? וואודרידזשער רב פארמאכט דאס קליין שטיבל'ע, מופט צירוק קיין וויליאמסבורג, און גייט דאווענען צוזאמען מיט יעדן באחדות אויף איין באנק אין א קהל'ישע שוהל?

דאווענען דארף מען פאר'ן באשעפער...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3116 מאל

הודעהדורך זעקעל » זונטאג מערץ 22, 2020 7:34 am

ניין וואלווי !!! סאיז געבליבן אז גאנץ כלל ישראל מופט
ארויס קיין קרית וואודרידזש ווי מ׳וועט איינמאל פאר אלעמאל איינזעהן אז לית אתר פנוי מיניה
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 22, 2020 7:41 am

וואודרידזשע רב פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה. ער קען פארקויפן זיין גיט אין וואודרידזש און נישט די געלט דינגן א לאקקער אין פאפא ביהמ״ד פאר איין חודש. וואס זאל ער יעצט טון?

איך האב נישט געהערט די דרשה, אויף וועלכע נומער איז עס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8390 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג מערץ 22, 2020 1:11 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואודרידזשע רב פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה. ער קען פארקויפן זיין גיט אין וואודרידזש און נישט די געלט דינגן א לאקקער אין פאפא ביהמ״ד פאר איין חודש. וואס זאל ער יעצט טון?

איך האב נישט געהערט די דרשה, אויף וועלכע נומער איז עס?


וואס הייסט וואס זאל ער יעצט טוען?

יארן לאנג איז ער פארנומען מבטל זיין יעדעם און מקטרג זיין אויף כלל ישראל. און דאס איז בשעת וואס ער אליין איז זיך מתלבש מיט אן איצטלא דרבנן, וכלשונו הטהור, ער איז מקיים דעם געטשקעריי מצוה בו יותר מבשלוחו. אפגעזען פון זיין תורה, יראה, און "מידת האמת..."

וואס זאל ער טוען? ער זאל מקיים זיין אייגען פסק און וואוינען ווי צענדליגע טויזענטער עמך יודען...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3116 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2020 3:01 pm

וואלווי: יעצט איינמאל ביניך נישט מסכים מיט דיר. דער וואודרידזשער רב שליט"א איז נישט מקטרג אויף קיינעם. און ער פיהרט נישט קיין מערכות אקעגן קיינעם. סיי יחידים. און סיי קהילות. ער זאגט נאר ארויס זיין דעת תורה און דעם אמת וויאזוי ער זעהט עס. ביי איהם שטייט דער אמת (אפילו ס'איז נישט מקובל ביי די וועלט) העכער פון געלט און כבוד.

ווען ער זאלל חנפנ'ען מענטשן וואס ער האלט אנדערש פון זיי. וואלט מען איהם באגאסן מיט געלט. און די אידישע צייטונגען וואלטן איהם באשריבן מיט די שענסטע טיטלען. היינט אבער איז ביי איהם מקויים געווארן דער מאמר חז"ל..."תורה מונחת בקרן זויות"...ער לעבט א חיי דוחק. אבער לעבט מיט'ן אמת. מיט זיין אמת...! ודי לו בקב חרובין...!

ווען די וועלט זאלל וויסן ואספארא אוצר ס'ליגט לעבן זיי. א איד וואס איז בקי בכל התורה כולה. בלי גוזמא. סיי אין הלכה, דרוש ואגדה. און טויזנטער מחברים ראשונים ואחרונים. אויך איז ער שטארק בקי אין אידישע היסטאריע. און די גאנצע השתלשלות פון עם ישראל. דאמאלס וואלט מען געקלאפט אויף זיינע טירן בייטאג און ביינאכט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14855 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8495 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 22, 2020 4:25 pm

וואלווי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואודרידזשע רב פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה. ער קען פארקויפן זיין גיט אין וואודרידזש און נישט די געלט דינגן א לאקקער אין פאפא ביהמ״ד פאר איין חודש. וואס זאל ער יעצט טון?

איך האב נישט געהערט די דרשה, אויף וועלכע נומער איז עס?


וואס הייסט וואס זאל ער יעצט טוען?

יארן לאנג איז ער פארנומען מבטל זיין יעדעם און מקטרג זיין אויף כלל ישראל. און דאס איז בשעת וואס ער אליין איז זיך מתלבש מיט אן איצטלא דרבנן, וכלשונו הטהור, ער איז מקיים דעם געטשקעריי מצוה בו יותר מבשלוחו. אפגעזען פון זיין תורה, יראה, און "מידת האמת..."

וואס זאל ער טוען? ער זאל מקיים זיין אייגען פסק און וואוינען ווי צענדליגע טויזענטער עמך יודען...

וואס איז דיר יעצט געשען? וואס האט יעצט פאסירט?
ווי קומט מקטרג זיין דא אריין? אז איינער טוט עפעס וואס טויג נישט, מוז מען עס פארדאמן. לשון הרע איז ווען מ'טוט עס אויף וויי צו טון, נישט ווען מ'קומט זאגען די ריינע אמת. ווילסט זיך דינגן מיט אים? פיין און וואויל. וועט עס זיין א מחלוקת וואס איז ריכטיג, ווי קומט דא מקטרג זיין אריין? א דאקטאר וואס זאגט אנדערש ווי א צווייטע דאקטאר איז שוין א רוצח?

ער האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן קליינע בתי מדרשים. ער האט גערעדט קעגן דער מנהג פון בויען א ביהמ"ד פאר זיך, אויפצובויען א זאך, א גלויבונג אדער א דינאסטיא. אז א ציבור דארף א בית המדרש, און זיי בויען דאס און ברענגן א רב, מה טוב ומה נעים. פארוואס מוז ער יעצט גיין וואווינען אין ברוקלין? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8390 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 20 געסט