בלאט 1 פון 1

שוין געטאטשט די פעינט, שוטה'לע! יעצט ביסטו צופרידן?

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2020 11:47 am
דורך העניך
יעדער קען דעם מענטאליטעט פון דעם שוטה'לע וואס זעט א שילד "wet paint", אבער ער מוז בודק זיין צי דאס פארב איז טאקע נאס צי נישט. רירט ער צו צו די פעינט, זיין פינגער ווערט אנגעפארבט, און נאך ערגער, ער לאזט א מיאוס'ן פלעק אויף דער וואנט. יעדער וואס טוט קאנסטראקשאן אין רשות הרבים האט שוין געליטן פון אזוינע שוטה'לעך, און דאס מענטשהייט ליידט פון די חברה שוין מאז.

ווען דער שוטה'לע לאזט נאר א פלעק אויף דער וואנט איז ער בסך הכל א שוטה'לע. אבער ווען די פעינט איז א מגיפה, און דאס פלעק איז די טויט פון אחינו ובשרינו, ווערט דער שוטה'לע פארוואנדלט אין א רוצח'ל.

וויל איך פרעגן די אלע רוצחים בדמות עסקנים, רבנים, און פשוט'ע שוטה'לעך: די אלע מודעות פון יעדן דאקטאר און וויסנשאפטלער פון דער וועלט וואס האבן געשריגן און געליארעמט wet paint! זענען נישט געווען גענוג פאר אייך. איר דארפט טאטשן די פעינט, זען צי מ'שטארבט טאקע, צי קאראנא איז טאקע עכט, אדער נאר א נארישע פאניק פון מענטשן וואס האבן נישט בעסער וואס צו טון מיט דער צייט.

האט איר געטאטשט די פעינט, און יא, די פעינט איז נאס! אבער אנשטאט א קליינעם פעינט-פלעק אויף אייער פינגער איז יְדֵיכֶם דָּמִים מָלֵאוּ.

ביסט שוין צופרידן רוצח'ל?