הצעה בענין הקרונה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הצעה בענין הקרונה

הודעהדורך Chasidishmashpia » מוצ"ש מערץ 21, 2020 4:18 pm

דער עולם נעמט עס אן גלייכגילטיג כאילו ווי איינער זאגט ''נישט מיר מיינט דער פסוק'' לדעתי קומט דאס ווייל זיי הערן נישט קיין נעמען פון ''היימישע'' וואס האבן די וויירוס כידוע אצל אנ''ש אז אלע מחלות ווערן געהאלטן בדרך סוד ממילא איז מיין הצעה צו מפרסם זיין פאר די אלע חברה די נעמען פון אלע חולי קורנה כולי האי ואולי יחוס עם עני - ואין עני אלא בדעת - צו מחמיר זיין בענין פיקוח נפש און ונשמרתם מאוד.
ובדרך אגב הערה קטנה לאלו וואס זארגן זיך וועגן פארמאכן א בית מדרש/ישיבה וכו'. מה נשתנה ימים אלו מימי בין הזמנים וואס מען פארמאכט בתי מדרשים און רבני וראשי העדה פארן זיך אפבראטן אין כל מיני מקומות הנופש און דעמאלס גייט קיינער נישט אן צו די בית מדרש אין שטאט האט א מנין צו נישט.
והחי יתן אל לבו
א געזונטע וואך!!!
Chasidishmashpia
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » דינסטאג מערץ 24, 2020 9:47 pm

ווער זענען די וואס ווילען נישט פארמאכען די ביהמ''ד?
נישט די ראשי העם נאר די אלגעמיינע ציבור וואס די ביהמ''ד איז א אומאפטיילבארע טיייל פון זייער לעבן !
בפרט בין הזמנים .
זענדיג ווי אלע עלטרע אידען זענען זיך מתנזר לגמרי פונעם פאלק , אזש אז מאמעס נעמען נישט אריין קימפעטארענס אין שטוב, איז נישט אזוי פארשטענדליך די גרויסע הכרח פון צושפארען די בתי מדרשים!
גענוג קלאר?
געדענקט!
די מלאך המות גייט נישט ווי די קראנא איז
די קראנא גיייט ווי די מלאך המות איז!
אנשטענדיגע ייוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 13 געסט