דבר השעה מאחד מרבני לונדון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

דבר השעה מאחד מרבני לונדון

שליחה דורך Chasidishmashpia »

א ויקרא תש''פ לפ''ק
לכבוד אחי ורעי תושבי סטעמפארד הילל היקרים שליט''א
מיר שטייען דא אין שווערע טעג ווען אין די גאנצע וועלט בושעוועט א מגיפה ר''ל און מיר אלע ציטערען און ווייסען נישט מה יולד יום דארפן מיר זיך צוזאמען מחזק זיין. איך וויל ארויס ברענגן אפאר נקודות וואס איך שפיר אז עס איז אביסל צומישט ביי אונזערע עולם.
א. דער עולם נעמט אן די ענין מיט א גלייכגילטיקייט, מ'גייט אין שול, מקוה, שלום זכר, קדישים וכו', מורי ורבותי!! עס ברענט א פייער!! עס איז א סכנה!! אינגערלייט זאגן מיר ''ווי קען מען פארמאכן א שול?'' אדער מ'זאגט נאך פון אחד האדמורי''ם ''דאס איז א מחלה פאר די גויים'' אדער מ'זאגט נאך בשם אחד הרבנים בארץ ישראל ''די צבא האבן זיי פארמאכט? ניין אויב אזוי איז ישיבות נישט אנדערש'' טייערע אידן!!! דאס איז נישט א מחלוקת פרייער מיט פרומער אדער אידן מיט גויים און עס איז נישט קיין מלחמת דת!! דאס איז א סכנה און מיר דארפן מחמיר זיין אויף פיקוח נפש וואס איז א דאורייתא!! ווען איר פארט אויף האלידע''י טראכט איר בכלל איין מינוט צו די בית מדרש וואס איר האט איבער געלאזט אין שטאט האט א מנין? ניין!! נו, די יעצטיגע מגיפה איז נאך אזוי חמור און מיר דארפן מקיים זיין ונשמרתם!!!
ב. טייערע אידן עס קומט יעצט די יום טוב פסח און די עולם איז אנגעצויגן און פארשטענדליך, מיט אלע קינדער אינדערהיים, אן קיין הכנסה, לאמיר אבער מעורר זיין איין נקודה. מ'דארף טוישן די פערספעקטיוו!! על דרך משל: שטעלט אייך פאר א משפחה וואס די ראש המשפחה האט ליידער יענע מעשה און ער מוז זיין אין שפיטאל פסח ביינאכט, ווי אזוי גרייט ער זיך צום סדר? און ווי אזוי גרייטן זיך די קינדער? פארשטנעדליך אז מ'איז מסביר פאר די קינדער אז די יאר ווייל טאטי איז אין שפיטאל גייט פסח זיין אנדערש ווי אלע יארן, אוודאי פראבירט מען צו אנגיין ווי אלעמאל אבער די ארומיגע טוישן דעם פערספעקטיוו. טייערער ברידער די יאר זענען מיר אלע אין די זעלבע מצב און מיר ברויכן טוישן אונזער בליק אויף ווי אזוי די יאר פסח גייט אויסזעהן וכבר פסק גאב''ד אנטווערפן שליט''א אז די יאר זאל מען נישט אזוי מחמיר זיין ווי פריעדיגער יארן, טוישן פערספעקטיוו איז א שווערע זאך אבער דאס איז יעצט אונזער עבודה. און נישט פארגעסן אז עס איז נישטא פאר וועמען צו ווייזען די מעטשינ''ג קליידער פון אונזער זיסע קינדער ווייל מיר ברויכן זיין איננגעשפארט.
ג. מאנכע פרעגן ''די רבנים האבן למעשה נישט געהייסן פארמאכן די שולן'' טייערע אידן! ווען א קינד פאלט אראפ און צוברעכט זיך די קאפ רופט איר אן אייערע רב אדער הצלה? ווען איינער דארף אן אפערעשאן ווער אפערירט אייך די רב אדער די דאקטער??? טייערע אידן אלע דאקטורים און חברי הצלה זאגן אז מען זאל נישט גיין אין שול! הערט צו זייערע געשריי!! מנעו מגיפה מנחלתיכם!!!!! אה! אויף וואס דארף מען יא די רבנים?? מען דארף די רבנים זאלן צוזאמען נעמען די גבירים אין שטאט און אלע וואס מאכן געלט פון די עסן אינדערסטרי אז יעצט לאור המצב וואס רוב עולם האט נישט קיין הכנסה זאלן זיי אביסל אראפלאזן די פרייזן פון די עסן פראדוקטן און פארדינען אביסל ווייניגער ווי יעדע יאר...
ד. לשבחם פון די חשובע ארגאניזאציעס וואס זענען מפרסם אז זיי זענען גרייט צו העלפן און דיליווערען פאר די וואס דארפן! אשריכם ישראל!
והשם יצילנו מן כל עקא ומן כל מרעין בישין

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר