איך האב די וויירוס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג מערץ 24, 2020 2:17 am

ליטוואק, האסט געזאגט פיטום הקטורת? האט עס גע'פועל'ט און וויפיל שטערן רעיטינג געסטו פאר דעם? מוז עס זיין בכתב אשורית אדער איז סתם א סידור אויך גוט?
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 24, 2020 5:10 am

דער אמת איז, איך האב געזאגט פיטום הקטרת אזוי ווי יעדען טאג, פאר שחרית. פון די סידור. פון א קלף זעט מיר אויס א ליצנות, ווי קומט עס תושבע"פ מיט הלכות כתיבה? איך האב געקלערט אז עס וואלט געווען רטזאם צו גיין לערנען די סוגיות פון קטרת אין מנחות, אבער למעשה האב איך עס נישט געטון. מיין צייט איז נאך מער באגרעניצט אין די צייטן, איך ווייס נישט ווי אנדערע זאגען זיי האבען מער צייט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8371 מאל

Re: איך האב די וויירוס

הודעהדורך cictim » דינסטאג מערץ 24, 2020 6:09 am

cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: איך האב די וויירוס

הודעהדורך מיינונגזאגער » מיטוואך מערץ 25, 2020 4:30 am

מאך זיכער האט געשריבן:איך ליג אין בעט ווייל איך בין געשטאנען נעבן איינער וואס ווייזט סימפטאמען, אבער כ'האב נישט קיין פיבער.

עס איז מיר זייער אינטערסאנט ווייל פאר פורים האב איך באקומען שרעקליכע פיבער און רוקן וויי מיט קאנסטיפעישן, דריי סימפטאמען פון די וויירוס, אבער דער דאקטאר האט מיר געזאגט אז עס איז די פלו, איך בין נישט געגאנגען ארבעטן פאר א וואך און עס איז מיר בעסער געווארן.

יעצט קלער איך אז אפשר האב איך שוין געהאט די וויירוס אבער איך ווייס נישט וואו זיך צו טעסטן.


אויב שוין געהאט, וואס עפעס זיך נאך אלץ טעסטן, ממה נפשך, קען מען עס נישט נאך אמאל באקומען איז דאך גאר גוט, וואס פעהלט אויס די טעסט, קען מען עס יא באקומען וואס העלפט די טעסט.
אויב וועסטו ענטפערן, אז איך ווייס אז איך האב שוין באקומען דארף איך שוין נישט אכטונג גיבן, שתי תשובות לדבר (שאלות)
מאן יאמר אז מען קען עס נישט באקומען צוויי מאל, ערגעץ ווי איז באשטעטיגט געווארן אזא פאקט ?
צווייטענס אם תמצא לאמר, אז עס איז יא באשטעטיגט געווארן אז צוויי מאל קאראנא איז נישט שייך צו האבן, דארף מען זיך נאך אלץ אכטונג גיבן און זיין אויסגעהאלטן מיט אלע כללים פון היידזשין, טאמער נישט ח״ו קלעבן זיך אן מחלות אויפן מענטש אשר לא כתוב בספר הזה ל״ע. ע״כ איז זייער ראטזאם זיך כסדר אכטונג צו גיבן.
בעסער אדער שוואכער אכטונג גיבן איז בכלל נישט שייך לפי מיין ״מיינונג״
ביי אונז ביי דער ארבעט זיצט אן עלטערער שסר (א גוי) וואס איז ממש משוגע לאותו דבר (היידזשין) ער וואשט די הענטלעך פונעם טיר פאר ער עפענט עס מיט זיין בלויזער האנט. ער דרייט זיך שוין מיטן מאסק אויף זיין גזוכט זינט די שוויין פלו, ממש או.סי.די. אין די ענינים במלאו מובן המלה.
איי העוו ניוס פאר יא ער ליגט א פגר פון קאראנא.
ווי געוואלד האט ער דאס אויפגעפיקט ווייסט נאר איין איינציגער גאט וואס איז משגיח פרטי אויף יעדער פרט וואס געפינט זיך דא אויף דעם עולם השפל.
ווער יא וויירוס, ווער נישט וויירוס איז אלעס ער, הוא בלבדו עשה ועושה ויעשה כל המעשים.
ע״כ מען דארף טוהן די נארמאלסטע השתדלות וואס עס איז שייך ביזן גיין משוגע, ולא עד בכלל, פון דארט און ווייטער לאז דעם עקספעריענס בורא כביכול פירן זיין וועלט. אויב מיט דיין שכל האלסטו אז ער מאכט א טעות ח״ו, ער איז גרייט מיט דיר זיך מתווכח צו זיין אבער.
יא גאט ער גאו טא הים פאר די דיבעיט.
אויב ווילסטו עס טאקע דיבעיטן מיטן כל יכול דאן גיב זיך טאקע נישט אכטונג בכלל.
א גוטער נאכט
מיינונג



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך מיינונגזאגער » מיטוואך מערץ 25, 2020 4:31 am

קורקלענד האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?

ווייל ווען מ'דרייט זיך ארויס דערפון ווייסט מען אז מ'איז אימיון, און פארטיג דערמיט.

איז דאס א באשטעטיגטער פאקט ?
מיינונגזאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך Chaim hershko » מיטוואך מערץ 25, 2020 11:34 am

קורקלענד האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?

ווייל ווען מ'דרייט זיך ארויס דערפון ווייסט מען אז מ'איז אימיון, און פארטיג דערמיט.

זיי זענען נישט אזוי זעכער אז מ'ווערט אימיון צי עס
Chaim hershko
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 05, 2020 11:29 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 17 געסט