בלאט 1 פון 1

זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2020 1:17 am
דורך בן חכמוני
אז מען קוקט פון די נאנט שטעלט זיך ארויס, בדרך כלל, אז די אלע נידעריגע, עקלהאפטיגע גרוילשטיקיגע כשרע חזיר פיסלעך וועלכע זענען יעצט פייער - עד כדי הכאה מיט די 90 פריסינקט אפיצירן - פאר הלכה און שלחן ערוך וועגן מנין זענען די זעלבע וואס האבן הלכה און שלחן ערוך טיף טייער ווען ס׳קומט צו געבראקטס וואס הלכה און דער שלחן ערוך זענען מתיר לכתחילה, די זעלבע וואס זיצן און עסן אין סוכה בשעת ס׳גיסט אריין הגם הלכה און שלחן ערוך רופן אזא איינעם ״א פּראסטאַק,״ די זעלבע וואס עסן שמיני עצרת אינדרויסן פון סוכה הגם די הלכה און שלחן ערוך הייסן יא זיצן, די זעלבע וואס עסן נישט קיין רייז און בונדלעך פסח הגם הלכה און שלחן ערוך זענען עס מתיר לכתחילה, די זעלבע וואס ווארטן פינף און זיבן עקראס די באורד הגם הלכה און שלחן ערוך ווייסן נישט דערפון, די זעלבע וואס לאזן די בערד וואקסן ווי בערן הגם הלכה און שלחן ערוך זענען מתיר דאס שניידן לכתחילה, און די זעלבע וואס מאכן די נשים שניידן די האר פון קאפּ טראץ וואס הלכה און דער שלחן ערוך אסרן עס בפירוש. ביי די אלע א.ד. זענען הלכה און שלחן ערוך ״געמאכט פאר גרים״. מנין וואס איז אפילו לויטן הלכה און שלחן ערוך נישט מער ווי א גוטע הידור מצוה און איז אויף קיין פאל נישט מעכב איז יעצט ביי זיי אפילו שטערקער ווי שבת וואס איז נדחה אפילו פאר א ספק פיקוח נפש און דער שואל א שופך דמים.

אבער..העהע..הלכה..כי כי..שלחן ערוך. מינסקע גראפים.

אפּגעפליקטע, קרעציגע היפּאקריטן, ביליגע לצנים, טונקעלע באשעפענישן. ״הלכה״ ״שלחן ערוך״ זאגן זיי נאך. וואלט געווען א ריכטער וואג פאר היפּאקראציע וואלט זיך עס צעבּראכן פאר די דאזיגע.

בושנו מכל עם.


Sent from my iPhone using Tapatalk