האדמו"ר מוויען: לערן מיט דיינע קינדער שרייבן און מאטעמאטיק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10586 מאל

האדמו"ר מוויען: לערן מיט דיינע קינדער שרייבן און מאטעמאטיק

שליחה דורך אבטולמוס »

אין א ספעציעלן שמועס וואס האדמו"ר מוויען האט נעכטן געגעבן פאר שומעי לקחו, לאור פון דעם יעצטיגן מצב, האט ער געגעבן הדרכה און חיזוק. ער האט אויך געזאגט אז דאס איז א געלעגנהייט פאר עלטערן צו לערנען מיט די קינדער. נאכדעם האט ער צוגעלייגט, בזה הלשון:

כ'מיין אז ס'איז אויך א צייט, סיי פאר בחורים און סיי פאר קינדער, אין חדר קומט נישט אויס אז מ'זאל לערנען אסאך זייטיגע זאכן, ווייל מ'דארף דאך אנקומען וואס מ'לערנט. אסאך קינדער קענען שווער שרייבן, קענען נישט שרייבן געהעריג קיין אותיות, שרייבן שרייבן זיי נישט שיין. ס'זענען דא אסאך בחורים וואס קענען קוים שרייבן. איז דאך א כל שכן אז מ'האט זיך עס נישט אויסגעלערנט ווי עס דארף צו זיין. מ'האט צייט יעצט, לערנטס ענק אויס צו שרייבן. נעמטס פאפיר, שרייבטס אלף בית גימל, איבערשרייבן נאכאמאל און נאכאמאל, אויסצושארפן און שרייבן מיט א געהעריגע שריפט און א שיינע שריפט.

מ'דארף קענען רעכענען. מ'לערנט נישט גענוג אין די חדרים, און וואס יא פארגעסט מען. נעמען זיך צייט, עלטערן זאל געבן פאר די קינדער בלעטלעך, מאכן חשבון, צאמרעכענען, אראפנעמען, טאפלען, ווי דער סדר איז. מ'רופט דאס אן עדדן, סאבטרעקטן, מאלטיפלייען, דיוויזשאן - זאכן וואס מ'קען לערנען, מ'האט דאך געלערנט, מ'דארף עס נאר איבער'חזר'ן. ס'נעמט אוועק אסאך צייט פון אנברענגען צייט. און ס'גיט צו, א מענטש דארף דאס קענען סיי צו תורה און סיי צו אנדערע זאכן, דארף מען עס צו קענען.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר