שנאת ישראל - אויסרייד קאראנא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

שנאת ישראל - אויסרייד קאראנא

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 25, 2020 4:45 pm

אונז זעהן אסאך אין דער נייעס וועגן אונז, אז אונז האלטען נישט די הרחקות, אונז זענען אפען מזלזל אין די הרחקות. אוודאי איז דא אמת אין דעם, עס איז דא אפענע בתי מדרשים, אין די נייעס שטייט וועגן די ישיבות אין ארץ-ישראל וואס זענען אפען, עס שטייט דערווייל נישט וועגן דער תולדות אברהםַ יצחק רבי וואס זיי געפירט טיש פאר 150 מענטשן שבת, אבער איך בין זיכער זיי וועלען אנקומען צו דעם אויך.

אונז ווייסן אז לכתחילה האט מען אונז נישט ליב, ווייל גוים קוקען אהן אונז אידן אז אונז האלטען זיך פאר בעסערע מענטשן ווי זיי, קלוגער פין זיי, און אונז רעכענען זיך נישט מיט זייערע החלטות וכו'.

ממילא ווען זיי האבן א זאך דאס ארויסצוברענגן זענען זיי דא.

אונז זענען יעצט אין א שטיקעל שעת השמד, אונזערע פריוואטע רעכטען אלץ מענטשן זענען צוגענומען געווארן, הערשט נישט לאנג לגבי די מיזעלס האט דער קאנסיל אין נ"י געשטימט קעגען רעליגיעזע פרייהייט אין דער ענין.

טאמער זאל דער משוגעת ווייטער אנגיין, סיי דער קאראנא משוגעת, און סיי דער אפענע בתי מדרשים דורך די פאר עקסטרימיסטן חרדים, איז חלילה צו ערווארטן אז אונז חרדים האבן נישט קיין רעליגיעזע רעכטען חלילה. אוודאי וועט עס נישט זיין הונדרעט פראצענטיג מיט איינמאל, אבער למחצה לשליש איז עס מסתבר חלילה.

די אלע קולות פין אפאר הצלה לייט, צו אפאר רבנים איז גארנישט ווערט, פארוואס? ווייל זיי, די גוים, ווייסן אז עס איז א שפיל, אזוי ווי ווען אפאר מוסלמענער רייסן אראפ מעשה אלימות. קיינער פין אונזערע רבנים איז נישט ארויס בקול חוצץ קעגען די יחידים וואס האלטען אפען בתי מדרשים, ווייל זיי קערען באמת נישט גענוג צו מאכען א פייט.

יואלי ראטה וועט זינגען אז די עצה איז אמונה כל זמן ער האט אפאר יונגווארג מיט וועמען צו שפילן, ער קען נישט סטאפן און ער וועט נישט סטאפן, פאר אים איז דאס וויכטיגער פין עסען. און אזוי איז אויך די אנדערע.

ואין לנוַ על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2170
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 25, 2020 8:10 pm

אישתישבי: דיין מאמר קענמען צוטיילן אין 2 חלקים. איינס: אז א גרויסער טייל ביי אונזער היימישן עולם פייפן זיך אויס אויף די בקשות פון די רעגירונגס מענטשן אז דער עולם זאלל נישט צוזאמקומען זיך אין עפנטליכע פלעצער. כדי אפצוהאלטן די שנעלע פארשפרייטונג פון דעם קאראנא וויירוס. און אויך די אנדערע באווארענונגס מיטלען וואס האט צו טון מיט פערזענליכע היגיענע. אין וואס אונז זעמיר שטארק הינטערשטעליג. פשוט פון התרשלות און פוילקייט. כאילו דאס האט עפעס צו טון מיט אידישקייט. ווי למשל טוישן די וועש טעגליך. און גיין אין שאוער פאר מ'גייט אריין אין מקוה. און נוצן שעמפאא און דיאדארענט. אויך נוצן דאס ציין בערשטל און גוט אויספוצן די ציין טעגליך. ס'איז
דא א סאך היימישע אידן וואס מ'קען נישט שטיין אין זייערע ד' אמות. ס'דא געוויסע משגיחים און רבנים וואס פרעדיגן אקעגן אט די אלע זאכן. און ווען זיי טרעפן ביי א בחור שעמפאא אדער דיאדארענט כאפן זיי דאס אוועק און זיי שייגעצן איהם גוט אן. דאס דארף א גרויסן תיקון...!

די צווייטע זאך איז שנאת ישראל. דאס קענמען נישט העלפן. מ'קען עס נאר פרובירן צו מינימיזירן. די גמ' זאגט דאך שוין למה נקרא שמו סיני, שמשם ירדה שנאה לישראל...! אין אמעריקע האבן די גויים גערודפ'ט די אידן ווייל זיי זענען קאמוניסטן. און אין רוסלאנד האבן זיי גערודפ'ט די אידן ווייל זיי זענען קאפיטאליסטן. אין א יעדן פלאץ וואו די אידן קומען אריין וואוינען זוכן די גויים זיי ארויסצושטופן מיט אלערליי תירוצים שונים. נאר ס'איז ליידער דא אידן טיפשים וועלכע שפילן אריין אין די הענט פון די שונאי ישראל. אזוי ווי די אנטי-וואקסערס ביי מיזעלס. און יעצט ביי דעם קריזיס פון קאראנא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13266
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 25, 2020 11:25 pm

הגם ביסט גערעכט, עס איז דא אידן וואס נעמען נישט קיין שוער פאר די מקוה און וואשען נישט די ציין, איז דא גוים אזעלכע אויך. די פראנצויזן למשל האלטען נישט פין וואשען זיך טעגליך.

די מוסלמענער קומען זיך נישט צוזאמען מיט א מנין פרייטאג? איך בין זיכער אז יא. אבער אונז רודפ'ט מען.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2170
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 25, 2020 11:42 pm

אישתישבי:מיט גויים האמיר בכלל ווייניגער שייכות ווי מיט אידן. אפילו בשנים כתיקנן (אזוי איז עס געספעללט אין די גמרא אין מס' מגילה.). ועוד. פון די פראצויזן קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. זיי באלאנגען טאקע אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די מוסולמענער.זיי האבן נישט געוואלט אננעמען די תורה פאר דעם זעלבן טעם. ווייל איינס פון די עשרת הדיברות איז קעגן זייער כאראקטער. און זייערע תאוות. און זיי האלטן טאקע אלס גרופ אז וואשן זיך א יעדן טאג איז נישט וויכטיג. און די אנטיסעמיטן און קראנקע נשמות טשעפן זיך טאקע אן אויך אויף די מוסולמענער...! אבער דאס איז נישט קיין סיבה אז אונז זאללן נישט אויספאלגן די אנווייזונגען פון די רעגירונגס מענטשן לטובת הרבים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13266
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 22 געסט