דורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:47 pm
וזה לשונו:
טייערע חברים, ווי קען איךַ צורירן א טיר וואס כאטש פערציג מאן האבן עס אנגערירט יענעם טאג אן קיין שום מוסנאמען אז א וויירוס בודזשעוועט.
עס איז מיר זייער שווער צי רעדן, איך שפיר ווי איך קראך.
משל למה הדבר דומה, עס איז מלחמה צייט און איך בין אויפן פראנט, ווי די באמבע'ס פליען, און מענטשען ווערן אימגליקלעך, און איך קום אהיים אויף אורלויב און קיינער ווייסט נישט וואס איך וויל וואס איך שריי, איש על מחנהו ועל דגלו, ווי דער פוילישער איד איז געקומען אויף אנגארן מאכן קולות פורים תש''ד.
איך קום היינט אויף א קאל, און א עלטערע איד איז אוועק געפאלן, אין א שיל, איך ווער פארפרוירן, די שיל איז געפאקט, איך האב זיך פארלוירן גענימען הייבן מיין קול, זאגט מיר איינער האלא דא שרייט מען נישט אין דעי שיל, עס איז קעגען די תקנות המקום.
איך זאל נישט שרייען ווען מיינע שותפיםַ פאלן ווי די פליגען מיין נאנטע ידידים אויף רעספירעטאר'ס עטליכע שוין אויסגעהויכט פון מיינע נאנטע באקאנטע, אבער איך זאל זיין שטיל, נישט אויפרעגן די מאסע, ווייל עפעס איינער איז נאך נישט הינדערט פערצענט קלאר פארוואס איך לאז אים נישט גיין אין מקווה, אדער מנין'ען.
שומי שמים וואס מיינע אויגן זעיען, אידישע קינדער יעדער זעלבט מיך פעיאיג צי לייגען אינדער ערד, און איך זאל זיין שטיל, מען קען נישט פארשפארן א עולם, אוי לאזנים וואס הערען אזעלכע רייד, ווען איך נעם א אלטען איד, וואס אטעמט קוים, וואס איך ווייס קלאר זיינע טעג זענען געציילטע חוץ אויב עס געשעט א נס, איך קוק אים אן נעבעכדיג, וואס איז ער שילדיג אז דער עולם קען נישט איינזיצן, שרעקעדיג.
מענטשען קאלן מיך אז די גאווערמענט לאזט יא, מיר זענען קלים, זייט ווען איז א איד צופרידן מיט גאווערמענט, לאמיך זען וויפיל אידען האבן געגלייבט וואס די גאווערמענט האלט פון וואקסין, יעדע איד מאכט זיין אייגענע שטודיע.
די גאווערמענט שטעלט צי א העכסט סאפיסטעקירטע סיסטעים עינדלעךַ צי הצלה, ווי זיי באווייזן זיך גאנץ שנעל, אבער ניין קיין שום איד וועט נישט קאלן, ער וועט ריפן הצלה ווייל מיר זענען שנעלער און מער מחמיר אויף הצלת נפשות.
ווען איך זאג פאר א איד ער ברויך שוין גיין אין שפיטאל, וועט ער תיכף איינגלידערען א גאנצע ארמיי - צי יעדע איד וואס האט קאנעקשן'ס - ער גייט נאר צים בעסטען שפיטאל, אינטער די בעסטע דאקטער איז נישטא וואס צי רעדען, פארוואס? ווייל מיר זענען מחמירים, מיר זענען פרימע אידן.
מיר הצלה גייען ראטעווען אידען וואס זענען אין א קאמא פאר 3 יאר ווייל אולי קען איך האלטן זיין חיות פאר נאך איין מיניט, ווייל מיר זענען אלעמאל מחמיר אויף א ספק ספיקא פון סכנות נפשות.
קומען אידען זיך צאם אין שילן, און זענען מקיל קעגען די תורה קעגען דאקטורים, און קעגען יעדע פינטל וואס הצלה איז געגרינדעט געווארן און ער שרייט איך זאל זיין שטיל, ווען איך זעי א 80 יעריגע חלישט אין שיל, און די שיל ווערט ניטאמאל לער, גענוי ווי ווען דער וואס שיסט בלייבט אין שיל צולייגן א האנט אויב ס'פעלט אויס רח''ל.
געדענקט כל המדביק נפש אחת כאילו הדביק עולם מלא