תפלה במנין? רציחה במנין!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

תפלה במנין? רציחה במנין!!!!

הודעהדורך Chasidishmashpia » מיטוואך מערץ 25, 2020 6:30 pm

ליינט דער מעשה וועגן יאנוש די רוצח
בייגעלייגטע פיילס
יאנוש דער רוצח.pdf
(54.86 KiB) אראפגעלאדנט 151 מאל
Chasidishmashpia
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך מערץ 25, 2020 8:03 pm

משל איז נישט דומה לנמשל
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 594 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 25, 2020 9:39 pm

איך בעט אייך, אונז האבן גענוג עקסטרימיסטן, לייג נישט צו צום וואגען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

Re: תפלה במנין? רציחה במנין!!!!

הודעהדורך זעקעל » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 2:24 am

Chasidishmashpia האט געשריבן:ליינט דער מעשה וועגן יאנוש די רוצח


viewtopic.php?p=443874


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך כרפס » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 6:35 pm

ס'ווענדט זיך ווער ס'ליידט, אויב א רב האט א קרוב וואס איז שוין געשטארבן פונעם וויירוס יעצט, און ער זאגט נאכאלץ נישט אסור להתפלל במנין, איז ער נישט בגדר אדם כלל
ווייל געווענליך ווילאנג מ'שפירט נישט יענעמס ווייטאג, האלט מען זיך ביי די אייגענע חומרות
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 6:43 pm

אין דעם ווענד זיך עס? רבונו של עולם.

וואס האט דאווענען מיט מנין מיט דעם אז מענטשן שטארבען רח"ל
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך כרפס » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:00 pm

אישתישבי האט געשריבן:אין דעם ווענד זיך עס? רבונו של עולם.

וואס האט דאווענען מיט מנין מיט דעם אז מענטשן שטארבען רח"ל

ווייל ווען מענטשן זענען אפגעטיילט גענוג, איז די אויסזיכט צו ווערן אנגעשטעקט שנעל, גענוג ווייט, ממילא איז דאס גענוג סיבה גוזר זיין מבטל זיין מנינים לכתחילה.
און ווען איינער וועט זאגן, נו ווערט מען אביסל שוואך.. אבער אז מ'שטארבט, און ס'נאך דיין באקאנטער, איז דאס די שטעקן פאר'ן הונט
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

תפלה במנין? רציחה במנין!!!!

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 8:50 pm

IMG_6769.jpg

מ׳קען אויך זאגן אין דעם אז דער חת״ס בתורת משה לשבת ר״ח זאגט אז דער צדיק וואס איז כולל די ״יש״ עולמות (סוף עוקצין) לייגט צו זיך אליינס אלס נאך איינס דערצו און עס ווערט ״איש״. און ווען מ׳לייגט צו דערצו די שם ״אדנ-י״ איז עס עולה ״שלום״ (המשל המשנה שם בעוקצין) ע״ש באריכות. יעצט, בעת תפלת חזקיהו המלך כשנתרפא מחליו שטייט (ישעיה לח טז-יז) ״אֲדֹנָ֖-י״ עֲלֵיהֶ֣ם יִֽחְי֑וּ וּלְכָל־בָּהֶן֙ חַיֵּ֣י רוּחִ֔י וְתַחֲלִימֵ֖נִי וְהַחֲיֵֽנִי הִנֵּ֥ה לְ״שָׁל֖וֹם״ מַר־לִ֣י מָ֑ר. דעמאלטס האט ער דאך געדאווענט ביחידות (דאס איז געווען א מכתב און זיין תפלה בחליו איז געווען על מטתו בהסב פניו אל הקיר).

יעצט, דער חת״ס (עה״פ בפ׳ כי תשא אך את שבתותי תשמרו) זאגט לפי די רמב״ן (בראשית ו יז, ויקרא כו טז) אז ס׳דא א שם ״אני״ פון הקב״ה, און דאס איז וואס די פסוק (דברים לב לט) ״אני״ אמית ואחיה מחצתי ״ואני״ ארפא איז מרמז צו ע״כ ע״ש. ולפי כל זה קען מען זאגן אז דאס איז טאקע די טיפערע רמז לפי דברי @קטלא קניא. דהיינו, אז אין אזא פאל פון א מגיפה וחולי טוישט מען אינ׳ם פסוק פון (ישעיה נ ב) מַדּ֨וּעַ בָּ֜אתִי וְ״אֵ֣ין״ אִ֗ישׁ קָרָֽאתִי֮ וְאֵ֣ין עוֹנֶה֒, וואס איז מרמז לתפילה בציבור (ברכות ו:), צו מַדּ֨וּעַ בָּ֜אתִי וְ״יֵשׁ אִ֗ישׁ״. והיינו, ווייל די מספר פון ״יש״ עולמות ביים צדיק ווערט צו ״איש״ וכדברי החת״ס. און די שם פון ״אני/אין״ ווערט טאקע געזאגט אויף דעם ווען ס׳איז דא א מחלה און מען דארף רפואה. און אונז טרעפן מיר אז חזקיהו ווען ער האט געהאט זיין חולי און האט געדאווענט ביחידות האט דעמאלטס מרמז געווען צו ״שלום״, וואס דאס ווערט דורך דעם שם ״אדנ-י״ וואס ער האט אויך דעמאלטס דערמאנט, און טאקע פון דעם מספר ״איש/יש״ וכדברי החת״ס. ולכן בא הרמז אז די ״אין״ [אותיות שם ״אני״ הנאמר אצל חולי ורפואה] ביי תפילה ציבור, דארף געטוישט ווערן צו ״יש״ וואס פון דעם [ע״י תמורתו למספר ״איש״ כנ״ל] קומט מען צו צו ״שלום״ דורכ׳ן שם ״אדנ-י״, וואס דאס האט חזקיהו דערמאנט טאקע בעת חליו ווען ער האט געדאווענט אליין.

***

אפשר ווילן זיי זיך פארלאזן אויף (סנהדרין עח.) הכוהו ״עשרה בני אדם״ בעשרה מקלות ומת בין בבת אחת בין בזה אחר זה פטורין. יענץ געלעכטער. :(
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1710
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1255 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:46 pm

כרפס האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אין דעם ווענד זיך עס? רבונו של עולם.

וואס האט דאווענען מיט מנין מיט דעם אז מענטשן שטארבען רח"ל

ווייל ווען מענטשן זענען אפגעטיילט גענוג, איז די אויסזיכט צו ווערן אנגעשטעקט שנעל, גענוג ווייט, ממילא איז דאס גענוג סיבה גוזר זיין מבטל זיין מנינים לכתחילה.
און ווען איינער וועט זאגן, נו ווערט מען אביסל שוואך.. אבער אז מ'שטארבט, און ס'נאך דיין באקאנטער, איז דאס די שטעקן פאר'ן הונט


אבי גערעדט.

קענסט מבטל זיין דער הלכה געזונטערהייט, עס האט גארנישט מיט דער סדר החיים פין אונז, די וואס האקען אויף מנינים און דאווענען נישט אליין תפלה בצבור, איז קיין סאך נישט ווערט זייער שיטה בנוגע די הלכה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

וואס איך האב באקומען געשריבען דורך א הצלה מאן

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:47 pm

וזה לשונו:

טייערע חברים, ווי קען איךַ צורירן א טיר וואס כאטש פערציג מאן האבן עס אנגערירט יענעם טאג אן קיין שום מוסנאמען אז א וויירוס בודזשעוועט.

עס איז מיר זייער שווער צי רעדן, איך שפיר ווי איך קראך.

משל למה הדבר דומה, עס איז מלחמה צייט און איך בין אויפן פראנט, ווי די באמבע'ס פליען, און מענטשען ווערן אימגליקלעך, און איך קום אהיים אויף אורלויב און קיינער ווייסט נישט וואס איך וויל וואס איך שריי, איש על מחנהו ועל דגלו, ווי דער פוילישער איד איז געקומען אויף אנגארן מאכן קולות פורים תש''ד.

איך קום היינט אויף א קאל, און א עלטערע איד איז אוועק געפאלן, אין א שיל, איך ווער פארפרוירן, די שיל איז געפאקט, איך האב זיך פארלוירן גענימען הייבן מיין קול, זאגט מיר איינער האלא דא שרייט מען נישט אין דעי שיל, עס איז קעגען די תקנות המקום.

איך זאל נישט שרייען ווען מיינע שותפיםַ פאלן ווי די פליגען מיין נאנטע ידידים אויף רעספירעטאר'ס עטליכע שוין אויסגעהויכט פון מיינע נאנטע באקאנטע, אבער איך זאל זיין שטיל, נישט אויפרעגן די מאסע, ווייל עפעס איינער איז נאך נישט הינדערט פערצענט קלאר פארוואס איך לאז אים נישט גיין אין מקווה, אדער מנין'ען.

שומי שמים וואס מיינע אויגן זעיען, אידישע קינדער יעדער זעלבט מיך פעיאיג צי לייגען אינדער ערד, און איך זאל זיין שטיל, מען קען נישט פארשפארן א עולם, אוי לאזנים וואס הערען אזעלכע רייד, ווען איך נעם א אלטען איד, וואס אטעמט קוים, וואס איך ווייס קלאר זיינע טעג זענען געציילטע חוץ אויב עס געשעט א נס, איך קוק אים אן נעבעכדיג, וואס איז ער שילדיג אז דער עולם קען נישט איינזיצן, שרעקעדיג.

מענטשען קאלן מיך אז די גאווערמענט לאזט יא, מיר זענען קלים, זייט ווען איז א איד צופרידן מיט גאווערמענט, לאמיך זען וויפיל אידען האבן געגלייבט וואס די גאווערמענט האלט פון וואקסין, יעדע איד מאכט זיין אייגענע שטודיע.

די גאווערמענט שטעלט צי א העכסט סאפיסטעקירטע סיסטעים עינדלעךַ צי הצלה, ווי זיי באווייזן זיך גאנץ שנעל, אבער ניין קיין שום איד וועט נישט קאלן, ער וועט ריפן הצלה ווייל מיר זענען שנעלער און מער מחמיר אויף הצלת נפשות.

ווען איך זאג פאר א איד ער ברויך שוין גיין אין שפיטאל, וועט ער תיכף איינגלידערען א גאנצע ארמיי - צי יעדע איד וואס האט קאנעקשן'ס - ער גייט נאר צים בעסטען שפיטאל, אינטער די בעסטע דאקטער איז נישטא וואס צי רעדען, פארוואס? ווייל מיר זענען מחמירים, מיר זענען פרימע אידן.

מיר הצלה גייען ראטעווען אידען וואס זענען אין א קאמא פאר 3 יאר ווייל אולי קען איך האלטן זיין חיות פאר נאך איין מיניט, ווייל מיר זענען אלעמאל מחמיר אויף א ספק ספיקא פון סכנות נפשות.

קומען אידען זיך צאם אין שילן, און זענען מקיל קעגען די תורה קעגען דאקטורים, און קעגען יעדע פינטל וואס הצלה איז געגרינדעט געווארן און ער שרייט איך זאל זיין שטיל, ווען איך זעי א 80 יעריגע חלישט אין שיל, און די שיל ווערט ניטאמאל לער, גענוי ווי ווען דער וואס שיסט בלייבט אין שיל צולייגן א האנט אויב ס'פעלט אויס רח''ל.

געדענקט כל המדביק נפש אחת כאילו הדביק עולם מלא
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:57 pm

די אלע דרשות זענען פאלשער אויפגעמאכטער שטותים.

דאס געשעהט נישט, נישטא קיין בית המדרש מיט פערציג מענטשען אינדערפרי, ווי מען שישקעט נאך תקנת המקום, און א עלטערע איד איז צוזאמען געפאלען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך כרפס » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:50 pm

אישתישבי האט געשריבן:די אלע דרשות זענען פאלשער אויפגעמאכטער שטותים.

דאס געשעהט נישט, נישטא קיין בית המדרש מיט פערציג מענטשען אינדערפרי, ווי מען שישקעט נאך תקנת המקום, און א עלטערע איד איז צוזאמען געפאלען.

איש-תשבי דערמאנט מיך פון יענער וואס האט געזאגט; ס'נישט דאס ערגסטע. האט מען עהם געפרעגט, נו וואס איז ערגער? ווען ס'פאסירט צו מיר אליינס.. האט ער געענטפערט.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:52 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מיינע שותפיםַ פאלן ווי די פליגען מיין נאנטע ידידים אויף רעספירעטאר'ס עטליכע שוין אויסגעהויכט פון מיינע נאנטע באקאנטע,
פארוואס גלייב איך דאס נישט?
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין כופר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2947 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:45 pm

איך האב געקענט, אלס אינגעל, ווילי שטערן און אורי אשכנזי. איך האב פארברענגט א שיינע פאר שעה מיט ראמי קאהן. מיין חברותא האט פארלוירן זיין באבע. א שכן האט באגראבען זיין טאטע, וואס איז אויך געווען דער טאטע פון מיין טאכטער׳ס פרינציפאל אין שולע. איך האב אמאל געהאט א שבת סעודה מיט ר׳ אשר לעמבערגער.

וואס איז דאס נישט גלויבן?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך כרפס » מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:55 pm

כ'זעי נישט ווי ס'איז די ווערטל אשכול פאר קאראנע, ממילא לייג איך עס דא, ווייל ס'קומט אריין ביי ערנסט אויך
https://www.facebook.com/jitc.jitz.5/vi ... 122706363/
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך מצפצף » מאנטאג אפריל 13, 2020 12:32 pm

היה עושה מנין ברחוב וירדו גשמים משלו משל לעבד שבא למזוג כוס לרבו ושפך לו
קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשימושך.
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:14 pm

יא יא, ס'איז דאס דאווענען וואס שטערט זיין, נישט די social distancing.

בילד
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין כופר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2947 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:42 pm

אין איין פלאטץ ווערט א מענטש אנגערופן ביים נאמען אלס א 'דאווענער'. ווען? ארבעה אבות נזיקין המבעה, דער מבעה איז א מענטש וואס דאווענט, און ער איז א מזיק. א קלארן רמז פאר אונזער תקופה, וואס דער דאווענען איז גאר דער היזק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:05 pm

ליטוואק
אפשר קענט איר אונס מיטטיילן וואס גייט פאר אין עיר התורה?

עפעס א שמועה איז דא אז מנינים אויף די פארטשעס זענען גע'אסר'ט געווארען דורך די "פוסקים" פין לעיקוואד.

קענט איר קאנפאמירען?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:37 pm

קוק hefkervelt.blogspot.com. קענסט אויך קוקן דא
עס דרייען זיך שמועות אז געוויסע שפיטעלער האבען נישט אריין געלאזט אידען, ווייל ״ענק האבן עס געטון צו זיך״. ממילא האט מען געפסקנ׳ט אז עס איז דא א פראבלעם פון איבה, און ממילא זאל מען פארמאכן אלע מניינים. איי, וועסטו פרעגן, בעקיארד מניינים קען דער עין הרע אויך נישט זען? ווייס איך נישט. א צווייטע רב האט געלאזט מאכען א ראבאקאלל אז עס איז נישט ריכטיג, אבער די אפיציעלע פוסק הרב פארכהיימער פון ב.מ.ג. האט ארויס געלאזט אזא ראבאקאלל לאיסור, עי׳ בוועבסייט הנ״ל אויף די נייעס פון ערב יו״ט.

מיין מנין איז בטל געווארען מאליו, און ממילא האב איך געמוזט דאווענען ביחידות. אינטרעסאנט, ווען מ׳זאגט די יוצרות ביחידות קען מען עס זאגען אסאך רואיגער, און מ׳קען עס פארשטיין. גאר אינטרעסאנטע זאכען שטיין דארט!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט