ליפא האט געשריבן:ביי די ''מאדערנע'' קרייזן האט מען דען יא אפגעשטיפט חתונות? שטימט נישט דיין פשט
1111 האט געשריבן:די סיבה פארוואס מען שטיפט נישט אפ קיין חתנות איז נישט ווייל "קיינער האט עס נאך נישט געטראכט" נישט ווייל די עיקור פון לעבן איז אנצוקומען צו די חתנה אזויווי העניך זאגט. זייטזשע מיר מוחל איז זענט פשוט אומוויסנד.
לויט ווי עס ווערט געברענגט אין קבלה איז זייער א הארבע זאך אפצושטיפן א חתנה, עס ברענגט א שלעכט מזל פארן פארפאלק.
טאטע מאמע גיבן זיך אוועק יארן אויפצוברענגען א קינד, אין אים/איר קענען פירן אינטער די חופה בשעה טובה, אין זיי זאלן אויסלעבן זייערע יארן מיט אסאך מזל, אפשטיפן די חתנה לייגט דאס אריין AT RISK
קען זיין אז איר גלייבט נישט אין די פאקט אז עס ברענגט שלעכט מזל, אבער אזוי האלטן אלע חסודישע אידן, וממילא איז קשיא מעיקורא ליתא
ביז די וואך זונטאג איז אלע חתונות געווען לויט די געזעץ די געזעץ האט געלאזט האבן 50 מענטשן א בניןמי אני האט געשריבן:נו, אט דאס איז וואס @העניך וויל ארויסברענגען. דהיינו, איז די דבר קבלה דוחה שאלת (ספק) פיקוח נפש? אין אנדערע ווערטער, ס׳איז משמע מדבריך אז דו ביסט מודה אז ווען נישט די מזל זאך מדברי קבלה וואלט מען להלכה געדארפט מדחה זיין די חתונה מכח דינא דגמרא בכל מקום שיש אפילו ספק סכנת נפשות. יעצט זאל קומען דברי קבלה און דוחה זיין די הלכה? (ואגב, עיין במחצית השקל באו״ח סימן רעא ס״ק ד. והיינו אפילו בשיטתו/דרכו של המ״א שמחשיב פסקי הזוהר להלכה. ועיין ביו״ד סימן קצב סעיף ג וואו ס׳איז משמע אז מ׳דינא דגמרא וראשונים האט מען נישט אנגעקוקט אזוי אזוי הארב דאס אפשטיפן א חתונה ע״ש. וממילא כ״ש במקום סכנה.)
דאס קען בכלל ווייטער אריינגיין אין די אור-אלטע טענשאן צווישן די ראציאנאלע מהלך אין אידישקייט און די מיסטישע מהלך דערין.
ובענין האשכול בכלל, דאס טאקע ווייזט אויף די פראבלעם ווען די מושג פון ״האבן״ חתונה ווערט פארוואנדלט אין צו ״מאכן״ חתונה ודוק.
Billy האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם תוכן פונעם ארטיקל וויל איך דיר קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם שרייבן סטיל. דו נוצט ריכטיג י'ס און ו'ס. דו ווייסט צו אונטערשיידן צווישן צי און צו; די דאס דער, און נאך.
לגבי חתונות - איך האלט אז ס'איז א גוטע צייט צו אנהייבן מאכן בעקיארד חתונות. כח היחיד מיט קאראנא קענען אויפטון וואס די תקנות האבן נישט געקענט.
און גערעכט זענען טאקע די וואס פרעגן - פאר וועלכן שווארץ יאר דארף מען בכלל חתונה מאכן? חתונה האבן דארף זיין אן אינדיווידואלער באשלוס. איך האב שוין פון לאנג געזאגט מיינע קינדער אז איך גיי זיי נישט חתונה מאכן אין א סדר. ווער ס'וויל חתונה האבן ערשט זאל גיין קודם און ווער ס'וויל נישט איז נישט. איך וועל זיי ליב האבן סינגל צי געהייראט די זעלבע.
Billy האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם תוכן פונעם ארטיקל וויל איך דיר קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם שרייבן סטיל. דו נוצט ריכטיג י'ס און ו'ס. דו ווייסט צו אונטערשיידן צווישן צי און צו; די דאס דער, און נאך.
החוקר האט געשריבן:Billy האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם תוכן פונעם ארטיקל וויל איך דיר קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם שרייבן סטיל. דו נוצט ריכטיג י'ס און ו'ס. דו ווייסט צו אונטערשיידן צווישן צי און צו; די דאס דער, און נאך.
דו האסט זיך נאך קיין סאך נישט געדרייט דא, איא?
איך קום נישט רעדן פאר @העניך, קען זיין ער גלייכט דיין קאמפלימענט. אבער איך בין משער אז דו וואלסט נישט קאמפלימענטירט אן ערוואקסענעם אז ער קען אנפילן א גלאז אן אויסגיסן.
אישתישבי האט געשריבן:די גייסט זיי חתונה מאכען בכלל? אויב יא פארוואס? זיי קענען נישט אליין?
החוקר האט געשריבן:דו האסט זיך נאך קיין סאך נישט געדרייט דא, איא?
איך קום נישט רעדן פאר @העניך, קען זיין ער גלייכט דיין קאמפלימענט. אבער איך בין משער אז דו וואלסט נישט קאמפלימענטירט אן ערוואקסענעם אז ער קען אנפילן א גלאז אן אויסגיסן.
איך וויל נישט חס וחלילה אראפרייסן, אדרבה קום אריין מאכט אייך באקוועם און ווער היימיש דא מיטן ציבור. מיט די צייט וועסטו שוין אויפכאפן ווער פון אונזערע שרייבער'ס זענען פון העכסטן קאליבער.
טמיר האט געשריבן:די ריזיגע "סכנה" און "שפיכת דם" איז אביסל איבערגעטריבן.
קיינער איז נישט מחוייב צי קומען
די וואס קומען האבן עס אדער שוין געהאט אדער פלאנען ממילא צי באקומען
האבן נישט מורא פון דעם
עלטערע מענטשן דארפן זיין איזאלירט. עס קומט נישט אריין דא
באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot] און 5 געסט