דורך אישתישבי » זונטאג אפריל 12, 2020 11:13 pm
בנוגע די חתונות וואס מען האט געמאכט אין דער תקופה פאר פסח, שטעלט זיך ארויס אז די קאפעלס האבן באמת א שווערע צייט אנצוהייבן זייערע לעבען אונטער אזעלכע אומשטענדן.
די קאפעלס זענען געוואוינט צו חתונה האבן מיט א קנאק, און דערנאך קען מען רעדן וועגן דער חתונה, און אלע שבע ברכות, און מען גייט דער צו כולל, דער צו דער ארבעט, און שלום על הקאפעל, מען קומט ביינאכט, מען רעדן אביסל, מען גייט ארויס לערנען, זו רופט דער מאמע און אפאר פרענדס יאכנען, און דער מאן קומט אהיים און מען שמועסט הייס מען הייבט אהן געניצען, און מען גייט שלאפן, און מארגן נאכאמאל.
יעצט האבן זיי חתונה געהאט מיט קוים א חתונה, נאך דער חתונה איז געוועהן פרי, און דער נאכט האט זיך קוים אנגעהויבן, און כמעט קיין שבע ברכות נישט געוועהן, און מען איז געוועהן אינדערהיים איינער אויף דער צווייטערס קאפ.
איך האב געהערט פין אזעלכע וואס די וואכען זענען געוועהן זייער טעסטונג.
דער ענין פין נישט אנשטופען ווערט זיכער נדחה ווען עס איז דא א חשש אז דער גאנצע מעשה זאל גיין לטמיון.
אבער ווי אייביג, איזהו חכם הרואה את הנולד, וחילופיהן בגולם, און יעצט קען מען נישט זאגען פארוואס פריער, ווען לכאורה האט מען נישט געכאפט.
איז אפשר וואלט געוועהן כדאי, דא צו שרייבן עצות פאר יונגע קאפעלס, וואס זיי קענען טוהן מחזק צו זיין זייער שלום בית, זייער שייכות, און ארויסגיין פין זייערע פראבלעמען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!