וואס וועט זיין מיט אונזער רוחניות אינעם תקופה נאך קאראנע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

וואס וועט זיין מיט אונזער רוחניות אינעם תקופה נאך קאראנע?

שליחה דורך לבי ובשרי »

זינט דער קאראנע מצב איז געווארן ערנסט און א גרעסערע טייל עולם האט אנגעהויבן דערהערן אז מען דארף זיך איינשפארן, און א מערהייט פון די בתי מדרשים זענען געשלאסן געווארן, האט מיר אנגעהויבן נודזשען עטליכע מחשבות פון וואס איך זעלבסט האב מורא צו טראכטן,

אבער כ'שפיר אז ווען די הרהורים וועלן דא געלופטערט ווערן, צווישן די חכמי ק"ש, וועט מיר אפשר לייכטערן ווערן אין מח. און מיין כוונה איז חלילה נישט צו מקטרג זיין אויפ'ן עמך כולם צדיקים. ח"ו.

נאכ'ן קריג איז באקאנט אז עס זענען געווען אסאך אידן וואס האבן פורק עול געווען. נעמליך, דער וועלט איז געווארן חרוב, זייערע עלטערן זענען אוועק, זייערע געשוויסטער זענען אוועק, זייערע רבי'ס זענען אוועק און אלעס איז געגאנגען א גאנג.

עס האט אנגעהויבן נודזשען ביים עולם אזעלכע שאלות און ספיקות פון 'ה'יש ה' בקרבנו, איפה היה אלוקים בשואה וכו' וכדומה וכיוצא.

פארשטייט זיך אס דאס אלעס איז פאר אונז בכלל נישט קיין ספיקות און נישט קיין קושיות. אבער כ'הייב אן קלערן, אז ווען דער קאראנע מצב וועט בס"ד פארלייכטערט ווערן, וועט פארקומען א מאסיווער אפעראציע אין כלל ישראל. עס וועלן זיין אסאך אידן וואס וועלן ארויסקומען פון זייערע איינגעשפארטע לעכער, נאכ'ן דאווענען א חודש אן מנין, אן מקוה, אן אלעס, און עס וועט בוזשעווען אין קאפ דער געדאנק: האלאו! וואס איז שלעכט אזוי?

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז די אלע שומרי תורה וועלכע האבן מקיים געווען תורה ומצוות בלויז וויבאלד זיי זענען געווען אונטער פרעשור פון קהילות, מוסדות, ישיבות און כוללים, וועלן אנהייבן זען אז הרבה דרכים למקום. מען קען אנגיין אן א דאווענען מיט מנין, אן א א מקוה און אן אלעס. חס מלהזכיר.

כ'בין הונדערט פראצענט זיכער אז עס וועלן זיין הונדערטער יונגעלייט וואס וועלן נישט צוריקגיין אין כולל, און אז הונדערטער חברותות בבוקר ובערב וועלן צעשפלוטערט ווערן, זעענדיג אז זייער פריוואטן סדר היום איז ניש'קשה געווען און זיי האבן זיך גאנץ גוט אן עצה געגעבן. מ'טאר דאס נישט שרייבן, אבער עס וועלן זיכער זיין אסאך וואס וועלן בלייבן דאווענען אינדערהיים, אנע מנין.

עס וועט זיכער נעמען אסאך צייט ביז דער מצב און מציאות וועט ווערן צוריק עסטעבלישט בגשמיות און פילפאכיג מער ברוחניות.

עד כאן מיינע הרהורים פון וואס כ'ציטער אוועק. און ווער עס האט חומר למחשבה אין דעם נושא וועל איך דאנקבאר זיין.

לילה טוב

לבי
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר