כינע: א אלטע סתירה צו אידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

כינע: א אלטע סתירה צו אידישקייט

שליחה דורך מיימון »

שוין לאנג וואס איך דריי זיך ארום מיט אזא געפיל אז כינע איז די גרעסטע סתירה צו אונזער אידישקייט.

כינע? וואס עפעס? אט וועל איך אייך מיטטיילן אביסל מיט מיינע געדאנקען און איר וועט אפשר בעסער פארשטיין פארוואס איך זאג אזוי.

ווען קופערניקוס האט אויסגעטראפן זיין שיטה אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון און נישט פארקערט האט דאס אויסגערופן א גרויסן שטורעם אין די רעליגיעזע וועלט. דער שטורעם האט זיך נישט בעיקר באצויגן צו די פסוקים וואס זאגן אז די זון גייט ארום די וועלט, כאטש דאס זענען טאקע באנוצט געווארן אלס קשיות און ראיות, דער עיקר פראבלעם פאר די קירכע איז געווען אסאך טיפער. דער געדאנק אז די וועלט אויף וועלכע מיר זיצן איז בלויז איין קלייניקע פינטעלע אין א ענדלאזן ים פון שטערנס און פלאנעטן וואס פליען ארום אין חלל האט געשטעלט א גאר הארבן טשאלענדזש פאר די רעליגיע. לויט די רעליגיעזע אנשויאונג איז די וועלט מיט אירע מענטשן דער צענטער-פונקט פון די בריאה, דער שפיץ דערגרייכונג פון גאט וואס האט איר באשאפן אינעם זעקסטן טאג און דער ציל פונעם גאנצן באשאף, די אריסטאטלישע פילאזאפיע אין וועלכן די וועלט איז דער פיזישער צענטער פון די בריאה ארום וואס אלץ דרייט זיך האט גאר גוט געשטימט מיט די דאזיגע טעאריע.

דער נייער מציאות אז די וועלט איז בלויז גאר א קליין מינדערוויכטיג ברעקל אינעם ענדלאזן באשאף האט אויפגעברענגט נייע און שרעקוועדיגע פראגן: זענען פארהאן נאך מענטשן אויף די אנדערע וועלטן? האבן זיי אויך א תורה? איז מעגליך אז יציאת מצרים איז בכלל נישט געווען דער הויפט מאמענט אין די יצירה, נאר בלויז א קליינע פאסירונג אויף א פיצעלן וועלטל אין עפעס א ווייטן עק פונעם אוניווערס? האט גאט מעגליך נאך אנדערע אינטערעסן חוץ פון אונזערע מצוות און יהי-רצון'ס? ועל כולם: איז מעגליך אז מיר זענען בכלל נישט דער עם הנבחר און שפיץ פון די בריאה, נאר בלויז נאך איינס פון מיליאנען וואס זענען מעגליך בעסער און חשוב'ער פון אונז?

די ספרי מחשבה אין יענע תקופה און אויך היינט אדרעסירן די פראגע, צום סוף שטעלט זיך גאר ארויס אז עס איז מעגליך נישט דא לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, און אונזער וועלט, ווי קליין און נישטיג, איז מעגליך יא דער עיקר הבריאה. אבער אין מיינע אויגן ברענגט דאס ארויס צום אויבערפלאך נאך א הארבע פראגע וואס די ספרים טוען אינגאנצן נישט אדרעסירן, נעמליך די כינעזער.

ביי אונזער אידישקייט איז דא א גאנצע אויפגעבויטע געביידע וואס אונזער גלויבן איז כלפי די "גוים". כאטש די פסוקי המקרא רעדן קיינמאל נישט פון עפעס וואס איז ווייטער ווי עטליכע הונדערט מייל ארום ארץ ישראל, די רייד פון די תורה און די נביאים זענען באגרעניצט צו די שכנים פון די אידן, אדום, עמון, מואב, מצרים און בבל. אמאל אויך די "ווייטע" כוש אין יענעם עק. די תורה ווייסט נישט פון די גערמאנישע שבטים אדער די אפריקאנער פעלקער און אדרעסירט זיי בכלל נישט, דאך זענען מיר שוין אסאך יארן אויפגעקומען מיט פארשידענע "תורות" וויאזוי זיי זענען בעצם יא אין דעם באשעפער'ס פלאן. אדום באציט זיך צו רוים, און בעצם צו אלע קריסטליכע לענדער פון אייראפע, ישמעאל וועט מיינען אלע מוסלעמענער לענדער אינעם מיטל מזרח. די אפריקאנער לענדער זענען דאך די בני חם וועם די תורה פארשעלט. אויף יעדן פון זיי האבן מיר א שלל מיט ווערטער, תורות און מאמרים, וויאזוי זיי פאסן זיך אריין אינעם באשעפער'ס וועלט. עשו איז יעקב'ס קאנקורענט אויף עולם הזה, א דם-שונא אויף יעדן טריט, די בני ישמעאל זענען אביסל בעסער, כאטש "פרא-אדם" אבער נישט אזוי שלעכט. בני חם זענען דאך סתם אוממענטשן צו נוצן אלס עבדים כנענים פאר אידישע געברויכן. ווידער די בני יפת זענען דאך גאר נאבעלע מענטשן ווען זיי מאכן נישט קיין צרות וואס דאן זענען זיי זיכער בני עשו.

אויף יעדן פון זייערע רעליגיעס האבן מיר א גאנצן שולחן ערוך. נצרות איז יא עבודה זרה, איסלאם נישט. מוחמד איז בעצם א משוגע'נער אבער ישוע איז גאר א ממזר. זייער תורה האבן זיי דאך ממילא גע'גנב'עט ביי אונז אבער וואס זיי האבן נישט הייבט דאך נישט אן צו מאכן סענס בכלל. די ליצנותא דעבודה זרה פון נצרות איז שוין עלטער ווי אלט און שטעלט שוין כמעט נישט קיין דראאונג פאר אונזערע חברה, ווער וויל דען ווערן א קריסט?

ווען עס קומט אבער צו כינע ווערן אלע אונזערע ספרים שטום. ווער זענען זיי? שטאמען זיי פון נח? פון שם אדער יפת? וועלכער פון זיי האט פארמאגט שיפע אויגן? בכלל, וויאזוי קען דאס זיין אז זיי האבן שוין געהאט מיליאנען מענטשן גלייך נאכ'ן (אדער גאר נאך איידער'ן) מבול? און וואס איז פשט פון די שטומעניש, זיי זענען א מורא'דיג פאלק, ריזיג, שטארק, קלוג און פארגעשריטן, אבער מיר הערן נישט פון זיי בכלל. האט גאט נישט געוואוסט פון זיי צו זאגן? האט דער באשעפער נישט געהערט פון עפעס וואס פאסירט ווייט ווייט אוועק איבער די בערג פון אינדיע? מיר זענען צוגעוואוינט אז אונזער תורה שפיגלט אפ די געשעענישן פון היסטאריע און גיט דערויף איר ענטפער. אשור און בבל זענען אויסגעשטיגן אלס וועלט-מאכטן, גאט זאגט אונז "הוי אשור שבט אפי". פרס איז דא, גאט רעדט דערפון, ער שיקט א שליחות צו כורש. אלכסנדר מוקדון'ס סאלדאטן מארשירן איבער קאנטינענטן, גאט האט דאס שוין פארציילט פאר דניאל לאנג לאנג פריער. די רוימער צושטערן דעם בית המקדש, זאגן אונז חז"ל אז דאס זענען די פסוקים וואס רעדן פון בת אדום. אבער די מעכטיגע כינעזער דינאסטיעס מיט זייער אומגעהויערע מאכט און פארשריט עקזיסטירן בכלל נישט אין גאט'ס וועלטל, פונקט אזוי ווי זיי עקזיסטירן נישט אין די אלגעמיינע היסטאריע פון די תקופה. זיי זענען "גוים"? זענען זיי שלעכט? גוט? וואס איז אונזער באציאונג צו זיי? זענען זיי פון די בני נח? ניטאמאל גלייבן זיי אין עפעס א נח אדער האבן זיי ווען אימער געהערט פון דעם אידישן גאט.

עס גיבט זיך דעם איינדרוק כאילו גאט האט געהאט זיין צענטער פון זיין רעזידענץ אין ירושלים, און האט נאר געקענט הערן און רעאגירן צו אלץ וואס האט דערגרייכט אהין. די כינעזער און אמעריקאנער שבטים זענען נישט זיין דאגה, ער האט זיי נישט באשאפן און זארגט נישט פאר זיי, ער האט בכלל נישט קיין מיינונג איבער זיי, זיי האבן א אנדערע אדם הראשון און א אנדערן באשעפער, זיי זענען נישט קיין חלק פונעם גאנצן שפיל.
*

אין די יעצטיגע טעג זענען מיר עדות צו דעם אימפאקט וואס די כינעזער וויירוס האט אויף אונזער קאמיוניטי, פון אלע טויזנטער פעלקער און גרופעס וואס זענען דא אויף דער וועלט איז פונקט דאס אידישע פאלק באטראפן געווארן פון די מערסטע, און דאס גאנצע אידישקייט שאקלט זיך ווי א בלעטל. עס לאזט זיך אריינקלערן פארוואס איז דאס אזוי? וואס האט דא פאסירט? ווי קומען מיר דא אריין אינעם בילד? וואס האט דאס אידישע פאלק דא אריינצורעדן אין עפעס וואס וואלט לגמרי נישט געדארפט האבן א שייכות מיט אונז?

די אידישע רעליגיע אין די לעצטערע יארן האט זיך אויפגעבויט אזא סארט השקפה כלפי די "גוים" און די איבריגע וועלט וואס באשטייט פון זיי איגנארירן, אראפקוקן, לאכן און אפשפעטן פון זיי, און בעיקר, זיך נישט וויסנדיג מאכן און זיך נישט קימערן מיט זיי. די "גוים" עקזיסטירן בכלל נישט, זיי זענען סתם בהמות און אוממענטשן, וואס אינטערעסירט אונז בכלל וואס זיי טוען? זייערע חגאות זענען נאריש, זייער לעבן איז נידריג, זייער אמונה איז סתם קוריאז, וועמען גייט עס בכלל אן? אויב אמאליגע דענקער האבן זיך געמוטשעט מיט די קשיא פארוואס האט דער באשעפער באשאפן די גוים און וואס איז זייער ראלע אין דער וועלט, געוויסע זאגנדיג אז זיי דארפן לערנען פון די אידן דעם ליכטיגקייט פון תורה, אנדערע אז זיי וועלן באקומען זייער תיקון דורך צוהעלפן אידן צו שטייגן, איז אבער היינט דער צוגאנג פון דעם חרד'ישן ציבור אז זיי זענען סתם ווי די שרצים וואס גאט האט באשאפן, אן קיין ספעציעלע חשיבות בכלל, אויב קען מען עפעס ארויסנעמען הנאה דערפון איז גוט, אז נישט איז עס סתם מיסט.

די "רעגירונג" איז אזא סארט פיינטליכע ענטיטי, אזא דיקטאטורשאפט פון די "גוים". מען ברויך זיי זוכן צו פארמיידן ווען מעגליך און באקעמפן ווען נויטיג. איינער פון "אונז" וואס די גוים לייגן אין תפיסה דארף מען ארויסדערזען פון דארט, און יעדע סארט אריינמישונג פון די גוים אין אונזער לעבן, געזונט, חינוך, פרנסה, דארף ווערן איידל אבער גענצליך צוריקגעוויזן. אונז אינטערעסירט נישט וואס די גוים זאגן, שלא עשני גוי גייט ארויף אפילו אויפ'ן אמעריקאנעם פרעזידענט. אז מיר האבן א פראבלעם וועלן מיר אריינקוקן אין אונזערע ספרים און באטראכטן לויט אונזער וועלט-השקפה וואס מיר דארפן צו טון און וויאזוי צו האנדלען. וואס האבן מיר מיט די נארישע גוים צוטאן בכלל, נאך א מזל זיי האבן וואס צו טון מיט זייער ליידיג לעבן, חחח....

אויב אמאל האבן אידישע חכמים געפירט א דיאלאג מיט נישט-אידישע מענטשן, זיי אריינגענומען אינעם שמועס, דיסקוסירט זייער ראלע אין דעם צוקונפטיגן אויטאפיע בימות המשיח, באטראכט זייער שייכות מיט דעם באשעפער וואס האט זיי באשאפן, נביאים האבן נבואות געזאגט צו זיי, תנאים און אמוראים האבן געשמועסט מיט זיי, און ראשונים האבן מיט זיי געפירט ויכוחים, זייער עקזיסטענץ האט אויסגעמאכט און געפירט צו א שמועס איבער זיי און אונז, איז אבער היינט דער תורה'דיגער פאקוס שמעלער געווארן. דער באשעפער האט נאר די אידן מיט זייער תורה, די גוים זענען נישט זיינע קינדער, זיי זענען סתם חיות און טמא'נע אביעקטן, סתם א שטער פאר די בריאה, עפעס וואס מיר האפן מיר וועלן פטור ווערן במהרה בימינו.

אונז אינטערעסירט נישט בכלל זייער לאגיק, זייער מאראל, זייער היגיענע. און אז זיי לאכן ווען זיי זעען וואס טוט זיך אפ אין אונזערע מקוואות איז וואס? ווער זענען זיי דען, סתם שמוציגע יונגען. באלד וועלן זיי נאך זאגן אז מיר זאלן נעמען וואקסינען, אדער אפילו לערנען ענגליש. גיי רעד מיט א גוי לאגיק, לערן אים ברטנורא, די גוים גלייבן דאך בכלל אז די וועלט האט זיך אליין באשאפן, וואס ווילסטו פון די חברה, זייערע "סייענטיסטן" מיט זייערע שטותים, לאז דיך אפ.

אז עס געשעט אן אומגליק אין טיילאנד מיט מיליאנען טויטע גייט עס אונז נישט אן קיין האר, די גוים האבן דאך ממילא פיינט אידן, זיי האבן דאך ממילא נישט געזאגט גארנישט ווען מ'האט אונז גע'הרג'עט. די אלע טויטע זענען בלויז טעסט-מייזלעך צו ווארענען די אידן, מיר ווייסן דאך אז יעדע פורענות קומט וועגן אידן. און אז עס געשעט א מגיפה אין כינע האט דאס דען עפעס א שייכות מיט אונז בכלל? וואס, מיר זאלן אויפהערן צו דאווענען מיט מנין צוליב אפאר כינעזער? ביזט אינגאנצן צודרייט געווארן? באלד וועסטו נאך זאגן אז מען מעג מחלל שבת זיין אויך אלס פיקוח נפש?

אין די גאנצע וועלט הערשט א געוויסע פארשטענדיגונג צווישן פעלקער, כאטש יעדער איז זיכער אז זיי זענען בעסער און חשוב'ער ווי די אנדערע, האט אבער ערפארונג געברענגט אז מען זאל אנערקענען יענעם, קאמוניקירן מיט זיי, פארהאנדלען, און פירן א דיאלאג. אויב אין כינע שטארבן מענטשן האבן אלע וועלט לענדער אנגעהויבן מאכן צוגרייטונגען וויאזוי זיך צו באשיצן. יעדער האט פארשטאנען אז עס קען דא אויך קומען, אויב מיר האלטן זיך העכער ווי די כינעזער מיינט דאס נישט אז אונזערע גופים, אדער אפילו מוחות זענען בעסער, מ'דארף נעמען שריט. אנווייזונגען זענען ארויסגעגעבן געווארן, שולעס פארמאכט געווארן, שפילן און פארזאמלונגען אפגערופן, געשעפטן פארשפארט. אלעס איז געלאזט געווארן אויפ'ן וואסער און א טאטאלע אפשטעל איז אריין אין קראפט.

ביי אונז אבער האט מען געלאכט. די גוים מאכן צו די שולעס? פארוואס דארפן זיי שולעס בכלל? וואס טוען זיי דען דארט, פארברעכן און שמוץ. זיי רופן אפ זייערע פארזאמלונגען? עס איז דאך ממילא נארישקייטן, סתם פארוויילונגען און שטותים, מיר דארפן דאך דאווענען! דאס איז דאך באמת וויכטיג! נישט ווי די גוים וואס זייערע זאכן זענען קיינמאל נישט וויכטיג בכלל. מיר דארפן זען צו פארהאנדלען מיט די רעגירונג וויאזוי צו מעגן בלייבן אפן. כ'מיין, יעדער פארשטייט, דאס איז דאך "באמת" וויכטיג.

די שרעקליכע "גזירות" וואס האבן זיך אראפגעלאזט יענע וואך אויף כלל ישראל האבן געמאכט העדליינס, דער קעפל פונעם איד האט געשריגן "שעת חירום פאר כלל ישראל, מוסדות און בתי מדרשים פארמאכט!". נישט קיין וועלטליכע טראגעדיע, נישט קיין היסטארישע אינטערנאציאנאלע קריזיס וואס הערשט אייניג איבער אידן, קריסטן, מוסלעמענער און בודהיסטן, בלויז "שעת חירום ביי כלל ישראל". שעפערישע אידן האבן פונקט ווי ביי די גזירות אין רוסלאנד זיך ארגאניזירט אין געהיימע מנינים און מקוואות, מיט אדער אן תירוצים וויאזוי אויסצושפילן די רעגולאציעס, דער עיקר איז אנצוגיין מיט'ן סיסטעם. וואס, זאלן מיר זיך לאזן דיקטירן פון אפאר גוים מיט זייערע סטאטיסטיקס?

און יעצט ליידן מיר די קאנסעקווענצן.
*

ווי פארשטענדליך איז די אויבנדערמאנטע השקפה בכלל נישט ריכטיג. גאט האט באשאפן די וועלט מיט אלע אירע קאלירפולע מענטשן און ראסן, און ער זעצט פאר צו אכט געבן אויף זיי פונקט ווי אויף אונז. לויט געוויסע ראשונים איז די וועלט בכלל נישט דער עיקר ציל פון די בריאה, און די אלע שטערנס און פלאנעטן עקזיסטירן פאר באזונדערע אומבאוואוסטע צוועקן. דאס זעלבע לאזט זיך זאגן אויף די מענטשן, יעדן פון זיי האט גאט באשאפן, און יעדער פון זיי האט א באזונדערן ציל. דאס וואס די תורה רעדט נישט פון כינע איז נישט ווייל גאט ווייסט נישט פון זיי, נאר ווייל זיי זענען נישט געווען רעלעוואנט צו אונז. ווען גאט האט גערעדט צו אונז האט ער אונז ערקלערט אונזער ראלע אויף דער וועלט כלפי זיך און כלפי אונזערע שכנים, וועלכע זענען צומאל געווען א נסיון פאר אונז כדי אונז צוריקצוקערן צו גוטע וועגן. און ווען ער האט גערעדט צו אונזערע שכנים האט ער זיי געזאגט זייער תפקיד אויף די וועלט און זייער ציל. און ווען ער האט געשיקט זיינע נביאים צו די כינעזער האבן זיי געלערנט די כינעזער די גוטע וועגן אין וואס זיי דארפן גיין, און וויאזוי זיי זאלן זיך פירן.

ווען גאט האט אונז געזאגט אז מיר זענען דער עם הנבחר האט ער דאס געזאגט פאר אונז און נישט פאר די איבריגע פעלקער. מיר דארפן לעבן מיט א זעלבסט-פאדערונג צו זיין בעסער ווי אונזערע שכנים, מיר דארפן פרובירן צו ווייזן א מוסטער, צו נישט נאכלאזן פון זיך צומאל ווען מיר זעען א שלעכטן ביישפיל פון די ארומיגע פעלקער. מיר דארפן וויסן ביי זיך אז מיר זענען ספעציעל און קענען נישט נאכלאזן. אבער דאס מיינט נישט אז מיר דארפן זיך גרויסהאלטן און אראפקוקן אונזערע שכנים. אדרבה, אין געוויסע צייטן זענען זיי גאר געווען דערוועלט און זיך אויפגעפירט בעסער אין געוויסע הינזיכטן. יעדעס פאלק האט א גלויבונג, נבואה, אדער איינרעדעניש אז זיי זענען דאס בעסטע און העכסטע, און יעדער דארף שטרעבן צו זיין בעסער און העכער, אבער יעדער דארף אויך אנערקענען אז פונקט ווי דיר וויל דיין שכן אויך זיין בעסער, און פרובירן אים צו פארשטיין.

מיר דארפן לעבן מיט א פארשטענדעניש צו אנדערע מענטשן און זייערע קולטורן. פונקט ווי ביי דיר איז גיין אין שול זייער וויכטיג איז ביי אים די קירכע גאר הייליג, און אויב דו האלטסט אז דיינע צערעמאניעס זענען הערליך זאלסטו נישט לאכן פון זייערע מיינונגלאזע ריטואלן, אויב אין דיינע אויגן זעט אויס דיין לעבן שיין און הייליג זאלסטו פארשטיין אז יענער טראכט דאס זעלבע אויף זיך און קוקט דיר אן מאדנע. פרוביר צו אריינטרעטן אין א צווייטנס שיך, טראכט וויאזוי ער קוקט דאס אן, גיי אביסל ארויס פון דיין אייגענע צמצום און ווער העכער, ברייטער, מער אפן צו פרעמדע זאכן, און דו וועסט ווערן מער טאלערירנד און אנגענעם צו אנדערע.

אויב די רעגירונג האט איינגעזען צו פארשפארן פארזאמלונג פלעצער מיינט דאס טאקע אויך אונז. אפצוהאלטן מענטשן פון גיין אין קירכע איז פונקט אזוי אומבא'טעמ'ט ווי אויפהערן גיין אין שול. מען טוט דאס ווייל מען האט נישט קיין ברירה, נעם דאס נישט לייכט. די כינעזער ליידן, זיי זענען קראנק, נעם א מינוט אריינצוטראכטן וואס דאס מיינט, אומשולדיגע מענטשן ווערן קראנק און שטארבן, נעם אויך שריט, באשיץ זיך, העלף אנדערע, עס מאכט אויס.

ווען א גוי ווערט ארעסטירט איז דאס פונקט אזוי א ווייטאג פאר די משפחה, פאר די קאמיוניטי, אבער מיר האבן א געזעץ סיסטעם וואס מיר דארפן רעספעקטירן כדי צו האלטן יושר און ארדענונג צווישן מענטשן. וואס דרייסטו איבער די שטאט אז מען האט ארעסטירט איינעם פון אונז? בפרט נאך ווען ער האט געטשעפעט היימישע מענטשן צווישן זיי. דו מיינסט אז דער שווארצער טוט נישט וויי ווען מען ארעסטירט אים? לערן ענדערש אויס די מענטשן צו פאלגן דאס געזעץ און פארמיידן פון אריינפאלן אין אזעלכע פראבלעמען.

פארוואס דארפן אידן האבן פאר יעדע זאך א ספעציעלן דין? פארוואס האבן די רבנים ערקלערט פאר די באאמטע אז "פאר אידן זענען ספעציעל שווער די צוימונגען"? פאר אנדערע קומט עס אן לייכט מיינסטו? אלע מענטשן פארשטייען אז מיר דארפן יעצט אריבערגיין שווערע צייטן צו פארמיידן א קאטאסטראפע, פארוואס ביזטו אנדערש? פארוואס קענען מיר זיך נישט אויסקומען מיט די רעגירונג ווען עס קומט צו חינוך און געזונטהייט און סעיפטי רעגולאציעס? דו מיינסט אז די אנדערע האבן נישט געדארפט מוותר זיין פון זייערע זאכן לטובת הכלל? יעדער שטעלט זיך צו, פארוואס זענען מיר אנדערש?

מיר דארפן אויפהערן צו לעבן אין א באבל, אנהייבן צו אנערקענען און רעספעקטירן אנדערע מענטשן, אנדערע קולטורן און רעליגיעס, אנדערע שטרעמונגען פון אידישקייט, און אפילו אנדערע חסידות'ן. מיר דארפן אנהייבן צו לעבן אויף די וועלט אנערקענענדיג אונזער פלאץ צווישן אלע מענטשן, וויסן אונזערע באגרעניצונגען און פארשטיין אז אנדערע מענטשן האבן אויך ווירדן. דאן וועט האפנטליך די וועלט זיין א בעסער פלאץ.
* * *

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר