הפכת מספדי למחול לי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

הפכת מספדי למחול לי

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ס'איז הימל, ערד, און קאראנא ווירוס. ס'הערשט א ציטערדיגע שטימונג, קינד און קייט ציטערט מיט צוזאם מיט די גאנצע בריאה. אבער החכם עיניו בראשו, וועט פאראויס זעהן די עצרת מספד'ס וואס די הייליגע וועלען מעריך זיין אויף יעדען נפטר ונפטר בדמעות שליש און גרויס דראמא, אז ס'וועט ענדלעך זיין במנוע המשחית לבא בקרבנו  במהרה. ס'איז טאקע אכשר דרא און אונזער קאלטור האט זיך ב"ה געריקט היפש פאראויס, א דאנק די אינטערנעט מיט נאך אנדערע גוטע סיבות. אבער מיט דעם אלעם איז נאך דא פארשידענע זאכן וואס זענען נאך היפש צוריק געבליבן און הינטערשטעליג, און ברויך נאך א היפשער תיקון. איינע פון די זאכן איז הספדים ביי לוויות, ספעציעל די הספדים וואס ווערן געגעבן דורך די לובשי כיסים העקומות, די אלעס ווייסער'ס, פאראויס זעהער'ס, און די גוטס דענקערס.



סקען זיין אז אנדערע שפירן אויך די זעלבע, אבער קיינער מאכט נישט קיין עסק דערפון, ווייל מ'האלט אין איין האפן אז דער ובלע המוות לנצח צייטן, קומען שוין צו פליען, און דאן וועט מען שוין בכלל נישט ברויכן מספיד זיין, אבער למעשה איז עס נאך נישט געשען, און דער וועלט רוקט זיך פאראויס, און קען זיין אז מ'וועט דאס אויך טוישן וועט דאס אויך צועהלפן אז דער מוות זאל שוין איינגעשלינגן ווערן און מער נישט זיין א זכר דערפון.


יעדעס מאל ווען איך הער ווי דער בעל מספיד שרייט אויס מיט א קול בוכים "װען דו גייסט ארויף אויבן און דו גייסט דיך טרעפן מיטן רעבענזיכרונע ליבראכע, מיט וועם דו ביזט געווען אזוי מקושר, זאלסטו עם פארציילן און איינרייסן ביי עם וכו' וכו'" שעם איך זיך צו שטיין דארט און ס'ציפט מיך צו הערן די דאזיגע ווערטער.

כ'שעם זיך צו שטיין צווישן אזאנע וואס גלייבן אין אזאנע שטותים, און ס'ציפט מיך צו הערן ווערטער וואס דער בעל מספיד אליין גלייבט מן הסתם נישט דערין, אפגערעדט די צוהערערס. און אפילו ווען ער זעהט דעם בר מינן אויף די לעצטע צוגרייטונגען צום עולם האמת, די לעצטע פאזע פארן ארויסטרעטן פונעם עלמא דשיקרא און אריינגייענדיג צום עלמא דקשוט איז מען נאך אלץ פארנומען מיט חלומות און פאנטאזיעס צום בעסטן און שקרים און כזבים צום ערגסטן.

לאמיר עס צונעמען, דער מענטש דא אויף די וועלט איז געווען מקושר צו איינעם א רבין, ווייל זיין טאטע אדער/און זיידע און ווייטער ארויף איז געווען מקושר מיטן רבין/טאטע/זיידע ולמעלה בקודש, במילא מוז זיין אז דער כ"ק אדמור לבית פלוני ופלוני, שטייט און ווארט אפ דעם חסיד וואס האט עם אזוי געטריי געשטיצט/געדינט זיך אוועק געגעבן בגוף/בלב/ובנפש, ווייל זיינע און דעם רבינ'ס עלטערן זענען דאך געווען מקושר.

און אזוי ווארט דער רבי אפ אויף יענער וועלט די הייסע נאענטע חסידים פון די וועלט, און פרעגט זיך נאך ביי דעם בר מינן, נו, ס'נייעס אינעם אנדערן וועלט?? מן הסתם קוקט אויס דארט אויבן אונעם ווארטס זאל ווי א עירפארט אינעם ארייוועל זאל וואו די פעקלעך קומען אן און די ספעציעלע לימא דרייווערס ווארטן אפ דעם רייכן קלאס מיט ספעציעלע שילדן אין דער האנט.

דער כ"ק אדמו"ר ווארט אפ זיין הייפעלע חסידים מיט ספעציעלע שילדן וואס האט מן הסתם דעם חותם הקהילה און דעם בילד פונעם רבין דערויף אז דער חסיד זאל ח"ו נישט אריין בלאנדזשענן צו א צווייטן רבין און עסן פון שחוטי חוץ ח"ו. שטעלטס ענק פאר א דורך געווייקטער סאטמערער איד וואס האט כל ימי חייו געוויסט אז ביי האר און ציונות איז פון די ערגסטע עבירות, יעדן שבועות מקפיד געווען צו עסן די רביצין'ס טשיס קעיק נאר אריינגעלאזט שופרא'ס טשאקאלאד און פסח נאר געניצט סאכדעס צוקער, געט אזא בלאנדזשע אריין אין גור'ע רבינ'ס פארטוך??

צו א בעלזער חסיד וואס איז געווען כל ימיו אדוק אינעם רב, און עהרליך געגאנגען צו בחירות געדאווענט אין א רינדיגע גארטל דייקא, געהיטן אויף יעדע קפידא, וואקט אריין אין מונקאטשער רב'ס היכל!!

צו דער ליובאוויטשער חסיד וואס איז שטענדיג מטופל געווען מיט קירוב רחוקים וקרובים, גערעדט און געדאוונט מיט אנאנדערן אקצענט, שפאצירט זיך אריין אין סאטמארער רבי'נס קוויטל שטוב. און יעדער חסיד מיט זיין סטיל הויבן אן יאמערן קיינער פארשטייט נישט וואס דער אנדערער חסיד שרייט, ס'קוקט ממש אויס ווי א דור הפלגה. האט מען ספעציעל באריקאדירט דארט אויבן אינעם עולם האמת ווי יעדער חסידות האט זיך זיין ליניע, ווי נאר א חסיד פון יענעם גזע קען אריין גיין והכל על מקומו יבא בשלום. ס'קוקט אויס ווי א שיינע געלעכטער, אבער אזוי האט נעבעך אנגעהויבן אויסקוקן א הספד.

קודם כל, מאן יימר אז ווייל דער כ"ק אדמו"ר איז געווען באטראכט דא אויף די וועלט ווי א צדיק, ווערט ער שוין אטאמאטיש באטראכט ווי א צדיק בעלמא הדין, ווייל אויב יא, ווי אזוי וועט מען אפלערנען די "עליונים למטה ותחתונים למעלה"..?

והשנית, אויב איז ער יא געווען אזא צדיק, דאן געפונט ער זיך נישט ביים ווארטס זאל פונעם בי"ד של מעלה צימער אפצו ווארטן זיינע חסידים, ווייל ער איז גאר פארנומען פליען אין די הויכע ספערן פון גן עדן, טאקע דארט אויף "מיליאנערס רייע" צווישן די היכלות פונ'ם הייליגן מגיד און דעם רבי ר' אייזיק'ל.

והשלישית, מ'זאגט דאך נאך פון די פריערדיגע צדיקים, אז רביס ווערן מגילגל אין פיש, איז דאך דער צדיק סייווי נישט דארט, נאר אין עפעס א לעבעדיגע קארפ פיש לכבוד פסח, וואס זיצט אין דעם רגע אינ'ם שיסל פון א צווייטען מתקן נשמות מיט פארגלייזטע אויגן.


והרביעית, לאמיר שוין זאגן אז דער צדיק ווארט יא אפ זיינע מקושר'דיגע חסידים ואוהדים, מאן יימר אז ווייל דער חסיד האט בחיים חיותו מהנה געווען דעם הייליגן רבין מיט זיין פאמיליע/פמליא צו ווייל ער איז געווען אן עושר, צו סתם א שלעגער, וועט דער צדיק אין די אנדערע וועלט אנערקענען דעם חסיד, אפשר דארט וואו ס'איז אן עלמא דקשוט, דארט זעהט מען דעם אמת, פון ביידע זייטן, און ביידע וועלן זיך מיטאמאל שעמן איינעם פונעם אנדערן ביידע וועלן זיך נישט וועלן אינדענטיפיצירן איינעם דעם אנדערן, דעם שמור לי ואשמור לך פעקעדזש ארבייט נישט דארט. אין הימל רעכענט מען זיך בכלל נישט סיי מיט יענעמס גרויסע צדקות וואס ער האט אינטערגעשטיצט דעם רבי'ן זיינער, פאר ער האט נישט געשטיצט זיינע אייגענע ארימע משפחה מענטשן און סיי מיטן רבינ'ס ווארעמע שלש סעודות תורות.

שוין די העכסטע צייט צו טוישן דעם נוסח מיט עפעס תוכן וואס מאכט סענס, וואס האט אמת אין זיך, ווען מ'באגלייט דעם מענטש צום אייביגן רוה, צום עלמא דקשוט, צו ווייזן א סעמפל פאר זיינע קינדער און אייניקלעך, פאר זיינע פריינט און סתם מענטשן אז ס'אייביג צייט צו רעדן דעם אמת ספעציעל אין אזא מאמענט.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר