בלאט 1 פון 4

מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 2:27 pm
דורך פאליטיקאנט
ַ‏פארברעכן פונעם יאר הונדערט
פארוואס מעג מהדרין בעטן 3 דאלער פאר א פיצעלע טשיז סנעק, פשוט נעמענדיג עדווענטעדש פון א ציבור וואס עסט נאר כשרס?????

ווייסט איינער אויב מען קען דאס קויפן ביי די גויים?
אויב יא ביטע אריינשיקן די מאנופעקטשורער אינפא.

לאמיר עס נעמען אין די הענט אריין!!!!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 3:40 pm
דורך כוכב
כ'האלט מ'דארף פשוט אנהויבן א קאמפיין צו בויקאטירן די טשיז סנעקס. ס'איז דאך נישט קריטיש פאר'ן לעבן (אפילו ווען יא האט מען עס געטון מיט די קאטעדזש טשיז אין ישראל) און נעקסטעס יאר אי"ה פאר פסח וועט מען מאכן א קאמפיין צו בויקאטירן די טשיז סנעק ווילאנג זיי ברענגען נישט אראפ די פרייז צו 1.99 (עפעס מעגן זיי פארדינען)..

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 3:43 pm
דורך איסר האטלקי
אינצווישן וועלן זיי ארויפגיין מיט די לעבענס, ווייל אויב נישט טשיז סנעק וועט מען דאך עסן מער לעבענס...

די איינציגסטע עצה איז קאמפעטישען. געב א יאר צוויי, ס'גייט נאכקומען.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:05 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס מאכט נישט נארמענס טשיז סנעקס?

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:10 pm
דורך לעיקוואד
קענסט מאכן גרינגערהייט אינדערהיים טשיז סנעק, עס איז סך הכל געבאקענע קרים-טשיז מיט אביסעל אייער און צוקער, וואניל אויב מען וויל. וכן נוהגים אצלנו.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:17 pm
דורך ליפא
בינגא האט געהאט א דאזן פאר $13 אויב כגעדענק גוט. איינס איז געווען 2.15

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:20 pm
דורך סאשי פיש
לעיקוואד האט געשריבן:קענסט מאכן גרינגערהייט אינדערהיים טשיז סנעק, עס איז סך הכל געבאקענע קרים-טשיז מיט אביסעל אייער און צוקער, וואניל אויב מען וויל. וכן נוהגים אצלנו.

אונז מאכן עס אויך היימיש. מען קען צולייגן זויער קריעם עס צו מאכן מער קריעמי

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:24 pm
דורך יואליש
A grocer once told me that Cheese Snacks is one of those items he can raise the price yearly and receive no complaint because mostly only people with Food Stamps buy them in the first place.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:29 pm
דורך שבת אחים
פאליטיקאנט האט געשריבן:ַ‏פארברעכן פונעם יאר הונדערט
פארוואס מעג מהדרין בעטן 3 דאלער פאר א פיצעלע טשיז סנעק, פשוט נעמענדיג עדווענטעדש פון א ציבור וואס עסט נאר כשרס?????

ווייסט איינער אויב מען קען דאס קויפן ביי די גויים?
אויב יא ביטע אריינשיקן די מאנופעקטשורער אינפא.

לאמיר עס נעמען אין די הענט אריין!!!!


די גאנצע כשרע עסען אינדאסטרי איז איין שטיק גרויסע גניבה!

סאיז אלעס אסאך טייערער פון די נישט כשרע און סאיז ממש די זעלבע פראדוקטן.

קדם, גפן, מהדרין, גאלדען פלאו, קליין׳ס אייזקרים, ליבערס, שאפרא, בלומס פאשקעס.


מילא פלייש אבער גפן פיינעפל קענס וואס איז נישט קיין גרעיט עי קאסט בערך ווי די גרעיט עי? פארוואס? די וואלעווער רב קאסט אזוי סאך?
פארוואס? גייטס צו שאפרייט און אלע גרויסע געשעפעטן און קוקטס וויפל פראדוקטן זענען כשר מיט OU און זענען האלב פרייז!

יעדער רייט אויף אונז נערנים!

פארוואס קאסט אזויפיל מעהר ״חלב ישראל״ ווייל עפעס א עלענדער איד וואוינט אויף א פארם?

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:A grocer once told me that Cheese Snacks is one of those items he can raise the price yearly and receive no complaint because mostly only people with Food Stamps buy them in the first place.

יואליש: היינו טעמא ד'וויליאמסבורג גראסעריס גניבות. והיינו טעמא ד'בינגא הצלחה...!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:39 pm
דורך כוכב
@לעיקוואד @סאשי פיש

איינער קען ביטע אריינקומען געהעריג מיט א רעצעפט (רעסעפי בלע"ז) פון א היימיש געמאכטע טשיז סנעק, גענוי וויפיל צוקער, אייער וכו'.

וואו איז @בת קול ווען מ'דארף איר?

(@זר זהב פלעגט אויך רעדן כמדומה פון רעסעפיס ויבוא המלנקיים וילנקקו. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן)

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 5:52 pm
דורך פאליטיקאנט
כוכב האט געשריבן:כ'האלט נעקסטעס יאר אי"ה פאר פסח וועט מען מאכן א קאמפיין צו בויקאטירן די טשיז סנעק ווילאנג זיי ברענגען נישט אראפ די פרייז צו 1.99 (עפעס מעגן זיי פארדינען)..


דו ווייסט ווי סאך זיי מאכן?
איך גלייב אפי' ביי $1.50 וועלן זיי נאך מאכן א שיינע פראפיט מארדשין!
קוק אויף די גוישע פראדוקטן!




שבת אחים האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:ַ‏פארברעכן פונעם יאר הונדערט
פארוואס מעג מהדרין בעטן 3 דאלער פאר א פיצעלע טשיז סנעק, פשוט נעמענדיג עדווענטעדש פון א ציבור וואס עסט נאר כשרס?????

ווייסט איינער אויב מען קען דאס קויפן ביי די גויים?
אויב יא ביטע אריינשיקן די מאנופעקטשורער אינפא.

לאמיר עס נעמען אין די הענט אריין!!!!


די גאנצע כשרע עסען אינדאסטרי איז איין שטיק גרויסע גניבה!

סאיז אלעס אסאך טייערער פון די נישט כשרע און סאיז ממש די זעלבע פראדוקטן.

קדם, גפן, מהדרין, גאלדען פלאו, קליין׳ס אייזקרים, ליבערס, שאפרא, בלומס פאשקעס.


גערעכט.
אבער פסח זענען זיי נאך טייערער וויסנדיג אז מ'מוז צוקומען צו זיי.

און די חידוש איז אז אויף דעם פראדוקט איז נישטא קיין קאמפעטישן!!!!!

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 7:16 pm
דורך פאליטיקאנט
אז מ'רעדט שוין פון כשר'ע פראדוקטן עלעך צולייגן אז א פריינט מיינער איז געגאנגען באזוכן "ליעבערס" פראדוקציע פלענט אדר צייט זעט ער דארט ווי מען נעמט גרויסע דער "דאמינא" צוקער און מען גיסט עס אריין אין קליינע "ליעבערס" זעקלעך!

שפעטער זענען אידן 'מהדר' און מען קויפט נאר מיט א הכשר......

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 14, 2020 7:28 pm
דורך פערינא
רייטען רייט דער וואס ס'האט דיר אריינגעלייגט א נערוו אין קאפ אז היימישע הכשר איז חשובער ווי ou

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 17, 2020 12:14 am
דורך איסר האטלקי
berlbalaguleh האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:A grocer once told me that Cheese Snacks is one of those items he can raise the price yearly and receive no complaint because mostly only people with Food Stamps buy them in the first place.

יואליש: היינו טעמא ד'וויליאמסבורג גראסעריס גניבות. והיינו טעמא ד'בינגא הצלחה...!

וויליאמסבורג גראסעריס צאלן בערך טאפלט די רענט וואס רוב גראסעריס צאלן אין ב"פ. זיי האבן רעכט צו בעטן טייערער ווי אין אנדערע געגנטער.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 17, 2020 12:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
פערינא האט געשריבן:רייטען רייט דער וואס ס'האט דיר אריינגעלייגט א נערוו אין קאפ אז היימישע הכשר איז חשובער ווי ou

וואס דען מיינסטו טוען די משגיחים פון די היימישע השגחות? אלס וואס זיי טוען איז מאכן זיכער אז אלעס וואס קומט אריין האט אן OU, און לויט שיעבודא דרבי נתן קומט אויס אז וואלאווע און OU זענען די זעלבע זאך.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 17, 2020 3:31 am
דורך שמעון וואלף
א באנדע בהמות. ווער הייסט קויפן טשיס סנעק אין די פורסט פלעיס? פאר מילך אדער פלייש וכדומה, אנדערע לעבנס וויכטיגע פראדוקטן, קען איך פארשטיין מ'מאכט א רודעריי אבער טשיס סנעק? קאם אן.
אפשר דארף מען פראטעסטירן קעגן די ליקר סטאר פארוואס א פלעשעלע שנאפס קאסט $120?

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 17, 2020 4:21 am
דורך אונטער חכם
שבת אחים האט געשריבן:מילא פלייש, אבער גפן פיינעפל קענס וואס איז נישט קיין גרעיט עי קאסט בערך ווי די גרעיט עי? פארוואס? וואלאווער רב קאסט אזוי סאך?

גייטס צו שאפרייט און אלע גרויסע געשעפעטן און קוקטס וויפיל פראדוקטן זענען כשר מיט OU און זענען האלב פרייז!

יעדער רייט אויף אונז נערנים!

פארוואס קאסט אזויפיל מעהר "חלב ישראל" ווייל עפעס א עלענדער איד וואוינט אויף א פארם?

וויפיל זאכן זענען טאקע האלב פרייז?

רוב איז נישט האלב פרייז, אוודאי איז עס ביליגער, זיי סערווירן פאר סאך א גרעסערער עולם קענען זיי געבן ביליגער.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:21 am
דורך קורקלענד
א שאַכטל פּיטער פון מהדרין אדער JJ קאסט בערך זעקס דאלער! ווען אויף די גויאישע מארקעט גייט די זעלבע פאר א דאלער פופציג!

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 17, 2020 12:48 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד:ווייל די אידיש פאבריצירטע פוטער איז..."חלב ישדאל. כשר לפםח. בהשנחת הרכ מ'וואלאווע"...!...ווער געדענקט נאך?!...נח מיט זיבן גרייזן. ווייל דער גרעפיקס מען איז געווען א גוי וועלכער האט נישט געקענט דעם אידישן אלף בית...!

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 17, 2020 3:09 pm
דורך דובעלע
איסר האטלקי האט געשריבן:וויליאמסבורג גראסעריס צאלן בערך טאפלט די רענט וואס רוב גראסעריס צאלן אין ב"פ. זיי האבן רעכט צו בעטן טייערער ווי אין אנדערע געגנטער.

און פארדעם קען די מאנופעקטשאר רעכענען אין די הויזן?!

הודעהפורסם: מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:19 pm
דורך yatzmachp
זייט ווען מוז מען עסן טשיז סנעק? אפשר זענען די דזשולערי סטארס גנבים ווייל זיי רייסן געלט פאר דזשולערי? און בכלל אזוי ווי אלע אנדערע האבן שוין געשריבן, טשיז סנעק איז א זאך וואס מען קען גרינג אליין מאכן. געדענק אבער אז ווען דו מאכסט עס אליין גייט עס נישט אויסקומען ביליג. די אינגרידיענטס זענען היבש טייער און עס איז א שפיל וואס נעמט צייט. אבער עס וועט זיין ביליגער ווי קויפן רעדי.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 19, 2020 3:07 am
דורך ליב צו וויסן
ברענגען ראיות פון גוי'אישע פראדוצירער איז נישט ריכטיג, זייער קאסטומער באזע איז הונדערטער מאל אזוי גרויס...

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 19, 2020 3:13 am
דורך קורקלענד
ביי מיר אין שטיב האט מען עס די יאר נישט אריינגענומען. טאקע צוליב די טייערע פרייז.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 19, 2020 3:53 am
דורך moneyminded
אייער קאסטן יעצט דיזע טעג גאר טייער נאר ביי אידן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk