וואו מסירה איז ערגער ווי רציחה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וואו מסירה איז ערגער ווי רציחה

הודעהדורך העניך » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:12 pm

איך וויל אייך דערציילן וועגן א לאנד ווייט ווייט אוועק, פון א לאנגע לאנגע צייט צוריק, וואו ס'איז אמאל געשען א שרעקליכע מגיפה, און געוויסע האבן ארומגעטראגן די קרענק און אנגעשטעקט אנדערע און זיי גע'הרג'עט. כדי אפצושטעלן אזעלכע פון הרג'ענען מענטשן, האבן געוויסע מפרסם געווען וואס זיי האבן געטון כדי ס'זאל זיין פרעשור פון דער פרעסע און די רעגירונג אז זיי זאלן נישט קענען אנשטעקן מענטשן מיט דער מגיפה.

כ'ווייס אז היינט איז דאס שווער צו פארשטיין, אבער אזוי איז דאס געווען אין יענער מדינה. זיי האבן מער פיינט געהאט און האבן מער פארדאמט די וואס האבן מפרסם געווען די רוצחים כדי זיי אפצושטעלן, ווי די רוצחים זעלבסט!

דאס וואס איך דערצייל אייך איז נישט קיין פיקציע. נאר אזוי האט באמת פאסירט.

אין יענער מדינה האט מען אפילו געלערנט מעשיות ווי מענטשן זענען געווען פארדרייט אין סדום, און ווי יושר וצדק האט דארטן נישט עקזיסטירט. זיי האבן אפילו געהאלטן אז אויב זיי וואלטן געוואוינט אין סדום וואלטן זיי זיכער געכאפט ווי פארדארבן זייערע פריאריטעטן זענען. אין דער זעלבער צייט האבן זיי מארשירט אין די גאסן און אנגעשטעקט מענטשן. און אפילו אזעלכע וואס בעצם האבן זיי זיך געהיטן און האבן פארשטאנען אז זיך דרייען ברבים און אנשטעקן מענטשן טוט פאקטיש הרג'ענען מענטשן, האבן שטערקער פארדאמט די וואס האבן מפרסם געווען די רוצחים, ווי די רוצחים אליין.

פארוואס דערצייל איך אייך א טרויעריגע מעשה וואס האט ליידער נישט קיין גוטע ענדע? כ'ווייס נישט גענוי. אפשר אין סדום האט אויך איינער פרובירט צו דערציילן זייער מעשה.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2697 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:49 pm

ע"פ האמת, מיינט נישט מסירה בכלל ווען א מענטש זוכט זיך מציל צו זיין, אדער מציל זיין זיין אייגענע פארמעגן. מסירה הייסט ווען מ'איז מוסר ממון אחרים. ווען איינער שטעקט אן אנדערע מיט טויט, כ"ש וכ"ש איז דאס נישט קיין מסירה, אדרבה ס'איז הצלת נפשות. די אייגענע נפשות.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:24 pm

וואלווי: דו כאפסט נישט. דאס איז דאך העניך'ס נקודה. אז אין אונזער פארדרייטע סאסייעטי וואו מ'האט געמאכט פון עיקר א טפל. און פון טפל אן עיקר איז דער שולדיגער גאר, דער וואס האט ..."געמסר'ט"... איהם דארף מען פארדאמען. נישט דעם גזלן וואס האט געגזל'ט. אזוי פסק'עט איצא שייגעץ מיט זיין התאחדות הגזלנים... ער איז דאך א תלמיד פון הייליגן קא-פישער וואס האט מתיר געווען רמאות, גניבה וגזילה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14006
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9114 מאל

הודעהדורך ביבער » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:54 pm

איינער זאגט מיר אז ער ספק'ט זיך צו מ'דארף שרייבן "הי"ד" אויף אלע קברי קאראונא צוליב די שרעקליכע מעשיות וואס מ'הערט אויף די שפיטעלער. כ'האב אים געזאגט ער קען רואיג שרייבן, אויב נישט אין שפיטאל איז אין שול.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 809 מאל

הודעהדורך וואלווי » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:36 pm

ביבער האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז ער ספק'ט זיך צו מ'דארף שרייבן "הי"ד" אויף אלע קברי קאראונא צוליב די שרעקליכע מעשיות וואס מ'הערט אויף די שפיטעלער. כ'האב אים געזאגט ער קען רואיג שרייבן, אויב נישט אין שפיטאל איז אין שול.


איך ספיקה מיך צו מען וועט דארפן שרייבן אויף די ציוה"ק פון די אלע פותח שערים'דיגע רבנים, הנ"ד.

ה'שם נ'קם ד'מם...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:27 pm

דו מאכסט מיר לאכן מיט די צושטעל צו סדום, איי, וואו נעמט מען די תמימות. אין די אינגע יארן פלעג איך זיך אויך פאסמאקעווען מיט די סארט מעשיות, ספעציעל האב איך ליב געהאט די מעשה וואו אברהם אבינו האט צובראכן זיין טאטע'ס געטשקעס. איך האב אלץ געמיינט אז די מוסר השכל פון די דאזיגע מעשה דארף צו זיין אז מ'דארף זיך שלאגן פאר די אמת, אפגעזעהן פון וואס אלע ארומיגע האלטן. וואס די עלטערן און authority האלטן - האב איך געמיינט, איז נישט מעלה ומוריד, מ'דארף טון וואס איז ריכטיג און זאלן זיי אלע זיך איבערקערן. פארשטייט זיך אז מ'פלעגט מיך אלץ אנקוקן פאר אן אויבערחכם, און איך מיט מיין גרויסע תמימות האב נישט געקענט פארשטיין. א מינוט צוריק פארציילסטו מיר א מעשה פון אברהם אבינו, און ווען איך נעם עס אן ערנסט לאכסטו פון מיר און דו שרייסט מיר נאך אן אז איך בין אן אויבערחכם?! כ'האב עס פשוט נישט געקענט פארשטיין. פארשטייט זיך אז מ'האט מיר אלץ געזאגט אז "ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין", איך בין טאקע עלטער געווארן, און היינט פארשטיי איך שוין זייער גוט. די מוסר השכל וואס מ'דארף ארויסנעמען פון די אלע מעשה'לעך איז איין זאך, "אונז זענען די געווינערס פון היסטאריע - כל הפורש מן הקהילה כפורש מן החיים", אז דו נעמסט ארויס אן אנדערן מוסר השכל ביזטו שוין אן אויבערחכם, מ'האט בכלל נישט דאס געמיינט. א חכם פארשטייט אויפ'ן וואונק, מ'דארף איהם נישט מסביר זיין. אן אויבערחכם נעמט אלעס אן פאר face value מיט'ן פולסטן תמימות, ער פארשטייט באמת נישט וואס מ'וויל פון איהם האבן.

הנוגע לעניננו. די מוסר השכל פון די מעשה מיט סדום איז אז אונז (אברהם אבינו) זענען די געווינערס און זיי (די מענטשן פון סדום) זענען די פארלירערס. לוט האט נעבעך געמיינט אז ער וועט אפלאזן אברהמ'ען (די "אונז") און גיין וואוינען אין סדום וואס איז אזוי געשמאק ווי גן עדן, כגן השם כארץ מצרים. קוק וואו ער איז נעבעך אנגעקומען, קוים ארויס מיט'ן לעבן, זיינע צוויי איידעמער האט ער געדארפט איבערלאזן, זיין גאנץ פארמעגן פארלוירן, זיין ווייב געווארן א שטיק זאלץ, זיין נאמען פארשמירט געווארן לדורי דורות דורך זיינע טעכטער. בקיצור, אז מ'לאזט אפ אונזער קאמיוניטי און מ'גייט זיך זוכן גליקן ערגעץ אנדערש טויג נישט, זעה נישט צו זיין ווי לוט! וואס דארף מען ארויסצונעמען פון די מעשה לגבי די קאראונע וויירוס? זייער פשוט, קוק נישט ארויס פונעם געטא, מסר נישט, טו נישט, מאך נישט, זיץ איינגעלייגט, זיי נישט קלוגער פון די פירער, פאלג נאך ווי א לעמעלע, יא, אפילו ווען די רבנים זאלן דיך הייסן זיך אויפרייסן אויף א סיטיבאס, דאן וועט דיר זיין גוט און וואויל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:54 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך וואלווי » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:38 pm

@רביה"ק זי"ע אין ויואל משה האט בעסער פארשטאנען ווי דיר.

ווען די וועסט עלטער ווערען וועסטו אויך בעסער פארשטיין...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט