לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]אנערקענטע סייענטיסטן אין לאנדאן זענען לעצטנס אויפגעקומען אז - אנדערש ווי ביז יעצט געקלערט - איז רעקאמענדירט צו ווערן אימיונט צו קאראנע דורך זיך אליינס אנשטעקן מיט א קליין ביסל דערפון. באריס דזשאנסאן האט זאגאר פראקלאמירט אז יעדער זאל זיך אנשמירן א קליין ביסל אויפן מארדע, צו ווערן אמיונירט צום וויירוס.

מען קען דעבאטירן אויב עס איז ריכטיג, אבער עס איז זיכער דא א וועג אזוי צו טראכטן.

עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אלץ גאר ווירקזאם, ווען דזשאנסאן איז ארויס פון שפיטאל מיטן לעבן.

וויצן אין א זייט. עס איז טאג און נאכט און קאראנע. ליידער ווערט אזא שרעקלעכער פענדעמיק אויסגענוצט מיט סעלפיש אגענדעס. דער קרייסיס איז פארוואנדלט געווארן אין נערישע פארטיי-ליניע געשלעגן. יעדער ניצט אנצוצייגן זייערע אגענדעס. טראמפ שרייט אז די דעמאקראטן מיט די פאלשע נייעס קוועלער האבן אנגעשראקן דעם ציבור אומזיסט, און די דעמאקראטן שרייען אז טראמפ הארגעט טויזענטער אמעריקאנער פאר זיין איגא.

א שאד. אנשטאט מען זאל פייטן צוזאמען ניצט יעדער דעם קריזיס פאר זייערע אייגענע אגענדעס.

אה, איין מינוט, ר' מרדכי שטיינער זאגט עס קומט וועגן שייטלעך... וואס לאכסטע... איין פיקח זאגט אז עס איז וועגן עדיוקעישען, און א צווייטער ווייל מען האט נישט קיין סמארטפאונס, און ציממערמאן זאגט אז עס איז וועגן קאממען קאור.

פלוצלינג ווערט רבי אברהם יענקעל קאהן א מיינונג זאגער אז אלע שולן דארפן זיין ברייט אפן, און קאסאווער רבי איז געווארן באשטומט אויף וואטסעפ אלץ פוסק הדור, און אז אלע "רבנים" האלטן אז מנין איז רציחה.

יעדער עקסטרעמיסט שלעפט און שטויסט מיטן גאנצן אייפער, און מיר פשוטע אידן זענען די מאנקי אין דע מידל.


זאגט מיר איינער אזא וואס לאכט פון יעדער טיק-טאק, אבער פיצט די נאז ביים רויט לייט ווען קיינער זעט נישט, "הע, וואס מיינסטע זענען די ישיבות פארמאכט שלאס און ריגל?" שטייטזעך מיט א דיסקלעמער קודם "איך בין נישט אין הימל אבער.. " כאילו איך גיי אים אויספארשן צו רבינו הק' זיצט טאקע דער מיטלסטער ביים בית דין של מעלה.. "מען שפילט זיך נישט מיט בחורים!" אויג פאר אן אויג!

"יאפ זאגסט ריכטיג," שטום איך צו צי אים. "פארוואס איז אבער דער בלומען סטאר פארשפארט..."

עס איז א גרויל ווי מענטשן ניצן אויס א טראגעדיע פאר זייערע אונטערעסן. עס גיסט זיך מענטשליך בלוט אנע אויפהער, און מענטשן מיט אגענדעס זענען ביזי פארוואס זיי זענען גערעכט.


*

דער אמת איז, אונז זעמיר נישט אויפן זעלבן פעידזש.

דער מקוה גייער און דו גייען טאקע דער זעלבער רעזשוואלקע, און עסן דער זעלבער שאלעשידות סקופ בילקעלע, אבער לעבן אויף אנדערע פלאנעטן.

זיי, (עכ"פ חלק) קוקן אויף דער ווילדער מערכה אנטקעגן זיי, ווי א קאמף פון באמעס אנטקעגן פרומע, און דער ווילדער אויסשפראך פון רוצחים און בלוט צאפערס, געבט זיי א פארשטערקערטע פילינג אז אפשר דארפן מיר זיך טאקע אנטקעגנגעשטעלן. דער ריס ווערט נאר גרעסער, און די ארבעט צו פארנייען שווערער.

"הא, איך דארף זיי גלעטן און פעמפערן בשעת זיי הרגענען מיינע עלטערן?" מעגליך נישט.

זיי קלוג נישט גערעכט.

און ניין. איך האלט נישט פאר א מינוט אז שולן און מקואות מעגן זיין אפן. איך האב - טו בי האנעסט - שוין פארפירט זינט בעפאר פורים איבער וואס קומט, און איך פארפיר נאכאלץ, ווי ווייט מיין השפעה גייט.

פאר איך האב געקלונגען מיין טאטע צו קאנוויסן נישט ארויסצוטרעטן פון דער היים, האבעך איבערגעטראכט יעדער ווארט וואס איך האב אים געזאגט. נישט נאר ווייל איך האב געוואלט זיין פראדוקטיוו (און ב"ה געווען), נאר ווייל איך האב געוויסט אז עס טוט אים וויי עד דכדוכה של נפש.

איך האב מיטגעפילט מיט אים. איך קען זעהן אז די מערהייט סטאטוס אידן האבן שוין דא דארט פארפאסט אן עלינו אן מנין. מיין טאטע רייסט דאס הארץ, ווען ער איז אנגעקומען שפעט צום מנין.

ניין, עס מיינט נישט אז שולן דארפן זיין אפן. ר' יוסל קארוי איז נישט געשריבן פאר גרים. עס איז געשריבן פארן ראדני איד, פונקט ווי פארן בעל תשובה וואס האט זיך געשניטן דעם קוקו ביי אמנון יצחק.

איך האב אבער פארשטאנען אז איך פארשטיי אים נישט. איך האב אקנאלעדזשט וואס באדערט אים.

מעגליך מיר האבן ארויס דו ריכטיגע אידישקייט וואס גאט וויל. די פרומע האבן א געוויסע סארט דזשענעטיק אידישקייט וואס פארביטערט זיי דאס לעבן אומזיסט. ווייס אבער, אונז זעמיר אויף צוויי אנדערע פלאנעטן.

זיי פראדוקטיוו נישט קאנטער-פראדוקטיוו.

עס זענען גראדע דא צוויי אשכולות וואס כ'האב געזען פראדוקטיוו דא אין שטיבל. לעיקוואד טוט צום זאך, און פארבינדט זיך מיט רבנים אויפצוקלערן איבער די טויטליכער מגיפה. אזוי אויך ראובן האט געעפנט א וויכטיגער אשכול, מיט א טיימליין וואס אונזערע מנהיגים האבן געזאגט צום וויירוס און ווען זיי האבן עס געזאגט.

נאכן קריג זעמיר געבליבן מיט האס צו די קאפאוס, אבער פון די שאנדפולע מעשים פון געוויסע רבנים האמיר גענצליך פארגעסן. עס איז וויכטיג צו דעקאמענטירן וואס זיי האבן געזאגט למען יעמדו. שטייטזעך עס דארף זיין מיטן פולן קאנטעקסט ווי זיי האבן עס געזאגט, און וואסארא טאן דער לאקאלער מעיאר, גאווערנאר און שטאטישע באאמטע, האבן דעמאלטס געהאט. כה לחי

*

עס טוט זיך א געפערליכער השמצה קעגן שול גייערס. די סטאטוסן פארפלייצן. איינער ליארעמט, א צווייטער איז מעורר, בשעת דער דריטער סטראשעט. רוצחים און בלוט זויגערס איז א שוואך טיטול, מאנסטערס וואס לייגן בלוט אין די מצות האט מיר גראדע מער געכאפט...

עניוועי, פארוואס פארפירסטו נישט אז גראסעריס דארפן האבן סאושעל דיסטענסינג, איז א לעגעטימע פראגע וואס מאנכע פרעגן. פארוואס האבעך נישט געזען קיין איין פאוסט אז פ"ג איז א רוצח? דו ווייסט וואס האטזעך אפגעטון אין זיין גראסערי געשעפט פאר יו"ט?

הערט ריכטיגע תירוצים. דאס איז נישט פון סתם א שמיגעגי, דאס איז שוין פון באמת אן אינטעליגענטער איד. פון דאס בעסטע מיר פארמאגן:

א. "געווענליך זענען די וואס דרייען זיך אין גראסערי, די וואס דרייען זיך אין שולן."

ב. בנוסח ועוד יש לומר: "עס איז שווער צו האבן טענות אויפן יחיד'ישע געשעפטסמאן, ווען רבנים זענען נישט קיין סעמפל". זינט ווען פרעגט דער געשעפטסמאן פונעם רב, אויף וועלכער שעלף צו האלטן די פאלענד ספרינג קעיסעס?

איך בין געווען פאר יו"ט אין גראסערי, מיט א מאסק שטייטזעך. עס זענען געווען עטליכע הונדערט אידן, אנשים, נשים, וטף, אינעם געשעפט. קיינער איז נישט געשטאנען ביים טיר צו קאנטראלירן וויפיל עס גייען אריין. נישט פארטיילט קיין מאסקעס און גלאווס. (נישט אז זיי מוזן פארטיילן, אבער זיי האבן אן אחריות וויפיל עס קומען אריין אינעם געשעפט. )

צו ווייסטו אז יעדעס מאל דו נעמסט די צווייטע פושקע מאקארונס, און ריקסט די ערשטע צו די בעק, האסטו שטארק מעגליך אנגעשטעקט מיטן ווירוס, און דאס קען קאסטן א צווייטנס לעבן? יעדער טאמאטע וואס האסט בודק געווען אן הענטשעך, האט שאנסן צו הרג'ענען א מענטשליך נפש?

וואו איז דער העצע? וואו זענען די וואס מיינען אונזער געזונט? אמת, מען מוז קענען איינקויפן עסן צום לעבן, און גראסעריס זענען וויכטיגער ווי שולן. אבער אזוי צו פארנאכלעסיגן?

לאנגע ליניעס אין די פיצא געשעפטן - ע"פ רוב מענטשן וואס פארשפרייטן היץ קעגן שול גייערס- קיין פיפס נישט. אה, זיי זענען יערליכע משוגעים... זיי גייט גארנישט העלפן. הייסט דער משוגענער וואס גייט אין מקוה גייט עס יא העלפן?

עניוועי, א שאד דער מערכה איז נישט (נאר) צו העלפן אידישע קינדער.

*

אונזער פנים איז פארשווארצט אויפן גאס ווי קיינמאל בעפאר. דער גרעסערער העלפט קומטצעך פאר דעם לוויה שטופער, און דער קלענערער העלפט פארן ווידעא פארשפרייטער און רכילות טרעגער.

כ'זעה נישט אז דער שנאת ישראל זאל צופיל אפשטעלן, אויב בכלל, דער אידל וואס קומט ארויס מיט טריפעדיגע פיאות פון זיך ווייקן אין מקוה. עס האט אבער יא אפגעשטעלט דער נוירס אין מיימאנעדיס, צו זי זאל לאזן די ווענטילאטאר איינגעפלאגט א מינוט לענגער.

דו מיינסט פאר איין מינוט אז דער נוירס איז בודק צו דו האסט וואדי עלען ברילן, אדער די אלטע סטייל דאבעל ברידזש? צו דו האסט א דאבל פרינדזש, אדער א פארפלעקטן טלית קטן, צו גאר א ניישלאס פאנדזשעלוי? א נעכטיגער טאג.

עד דעי וויל מאכן א געטא אויף היימישע אידן - על אף זיין אייגן טאון האט אויך די פארלאנגטע צאל פאר א לאקדאון. זיין היפאקריטיע איז נישט יעצט נוגע - קוקט ער ווער עס זענען די סטאטוס אידן, און ווער נישט?

ווען די איזרעלישע פאליציי פייניגן ביטער די פרומע אידן אין ארץ ישראל, מיט א הימל שרייענדע צוויי פנים'דיגער הנהגות כלפי די פרייע, דארף דאס אונז אויפשטורעמען.

ווען אידישע קינדער באקומען א שוואכערע באהאנדלונג אין שפיטאל, דארף דאס אונז אויפשטורעמען.

פארוואס ווען שווארצע אדער אנדערע מינאריטעטן זענען מער אפעקטירט, איז עס בהכרח ווייל מען דיסקרימענירט קעגן זיי, און יעדער פאליטישן דרייט וועלטן? אפשר ווען גוטהארציגע שווארצע, וואס זארגן זיך פאר א ברודערס לעבן, וואלטן פארשפרייט בילדער פון געפאקטע טרעינס, וואלטן זיי אנדערש געטראכט?

וואס כ'מיין צו זאגן. אונזערע רעכטן טאר נישט ווערן דערדריקט און ליידער ווערט עס יא. ווען א קליפ פון חסד של אמת וואס באגראבט בחינם עלענדע מענטשן, אדער לאקאלע חסד ארגענעזאציעס, אדער א אידישע מאמע וואס קאכט מאכלים פאר אן עלענדער עלטערער איד, וואלט דערגרייכט העדליינס, אנשטאט נאך א נעגאטיווער בילד, און נאך א נעגאטיווער ווידעא, וואלט אונז בעסער געווען.

אדרבה, פארשפרייט א פאזעטיווע בליק אויף אידן. טויזנטער אידן זענען איינגעשפארט פאר וואכן לאנג, די קינדער טאנצן אויף די געהירן, און פרובירן אויסצופאלגן סאושעל דיסטענסינג. טויזנטער אידן האבן אויפגעגעבן אלץ הייליג און טייער, צו ראטעווען זיך, און ארומיגע, מיט סעיפטי מעזשערס, אבער ווערן אויפגענומען אויפן גאס אלץ אידישע מאנסטערס, וואס ברענגען אלע קרענק אויף דער וועלט.

דו לויפסט צו די נייעס קוועלער, שטעל עס כאטש אוועק אלץ א געוויסע גרופע, און נישט אלץ א גאנצער קאמיונעטי. פארוואס דארף איך ליידן, ווייל אומפאראנטווארטליכע מענטשן האלטן נישט סאושעל דיסטענסינג, און גוטהארציגע אידן פארשפרייטן עס אנע ריכטיגן קאנטעקסט?

יעדער יחיד דארף ווערן געמשפט אויף זיינע אייגענע מעשים.

געוויס זאג איך נישט, ווי דער וואס ווייסט ערשטהאנטיג אז די גאווערמענט זענען אנטיסעמיטן, דערנאך די פאליציי רשעים פאר צו שטערן לוויות, דערנאך די שפיטאל באאמטע פארן נישט אריינלאזן געקוועטשע וויין, און דערנאך יעדער איינער אנדערש, חוץ איינערקענען די אייגן פריקן פראבלעם פון זיך נישט איינשפארן אינדערהיים. דער פראבלעם איז נאכאלץ נומבער איינס.
דזשאסט געכאפט א ליידיג געבליבענע שטעלונג אין שטיבל.

פאר דו שיקסט ארויס נאך א מעסעדזש אנגעפילט מיט נעגאטיוועטי און האס, טראכט צו די ביסט אמת'דיג, און אפי' ביסט נישט, טראכט כאטש צו עס גייט סערוון די פורפעס.

לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע.



אוקעי, איך מוז לויפן צו מעריב...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר