אונטער חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקט וואס דער פותח האשכול וויל? ווער איז שטיל? אלע דרשנים זאגן דרשות יעדער אויף זיין שטייגער, אין "איד" צום ביישפיל, איז געווען געדרוקט מינומם דריי דרשות וואס איך געדענק יעצט, (מהרז"ל, באבוב 45, בערל טויבער), און אויף די האטליין'ס איז דא נאך אסאך, און יעדער, חוץ די דזשיהאדיסטן הידועים, ברענגט ארויס אז דאס איז יעצט דער רצון ה' צו דאווענען ביחידות, און נישט צו גיין אין ביהמ"ד, אז דו ליינסט נישט די היימישע צייטונגען און הערסט נישט די היימישע האטליין'ס ווייסטו פשוט נישט דערפון.
ווען עס קומט צו ערנסטע החלטות און אידישקייט נושאים ווען דער עולם זוכט א עמוד לסמוך עליו און א העכערע אויטאריטעט וואס זאל אביסל אויסקלארן דעם צומישעניש און לאזן הערן פאר'ן עולם וואס צו טון, וואס דאס איז דאך בעצם די סיבה פארוואס מען דארף מנהיגים בכלל, דעמאלטס ווערן די אלע צולאזט ווי פוטער און ציען מיט די שוואכע פלייצעס נישט קענענדיג נעמען אויף זיך אריינצורעדן אין צי האקעלע נושאים, "כ'ווייס נישט" איז דעמאלטס שגור על לשונם, מ'האמיר נישט היינט קיין סנהדרין, מ'קען נישט באשטימען קיין זאכן פאר'ן ציבור, פלוצלינג זענען זיי אזוי ווייך און איידל.
אבטולמוס האט געשריבן:@מיימון, דו ביסט הייליג גערעכט מיט יעדעס ווארט. ספעציעל האב איך הנאה געהאט ווי דו האסט ארויסגעברענגט די אמת'ע נקודה אז די רבנים האלטן זיך שטיל ווייל זיי ווילן נישט נעמען קיין שום ריזיקעס. זיי לאזן נאר פאלן האלבע ווערטער און רמזים, אזוי אז איינמאל די זאך וועט זיין געענדיגט וועלן זיי קענען בכל אופן זאגן אז זיי זענען געווען גערעכט.
לו יצוייר נאך דעם קריזיס וועט יעדער מסכים זיין אז די מנינים האבן גע'הרג'עט מענטשן, וועלן די רבי'ס זאגן אז זיי האבן טאקע פארשפארט די בתי מדרשים (היות זיי האבן דאך טאקע אפיציעל פארשפארט די הויפט בתי מדרשים). אויב וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז ס'איז געווען איבערגעטריבן, וועלן זיי זאגן אז דערפאר האבן זיי געלאזט שטילע מנינים, און אז זיי האבן טאקע אליין געהאט מנינים ביי זיך אין שטוב. און די אלע וואס האבן נישט געדאוונט מיט מנין דארפן זיך פודה זיין.
א ריכטיגער מנהיג קומט קלאר ארויס און זאגט וואס מ'דארף טון. עס זענען דא גאר ווייניג אזעלכע. צווישן די היימישע רבי'ס אין ניו יארק, איז נאר האדמו"ר ר' מרדכי דוד מבאבוב 45 ארויסגעקומען קלאר אז מ'זאל נישט דאווענען מיט מנין, און האט מפרסם געווען אז ער דאוונט אויך נישט מיט קיין מנין. און יא, ער האט גענומען די ריזיקע פון נעמען א קלארע שטעלונג. מ'האלט שוין 6 וואכן אריין אינעם קריזיס, און ער איז דער איינציגסטער. מיין נקודה איז נישט אז ר' מרדכי דוד האט גענומען די ריכטיגע שטעלונג, נאר אז ער האט בכלל גענומען א שטעלונג. אויב וואלט האדמו"ר ר' זלמן לייב ט"ב ארויסגעקומען מיט א קלארער שטעלונג אז יא, מ'דארף דאווענען מיט מנין, וואלט איך אים מער רעספעקטירט אלס א מנהיג ווי דאס וואס ער טוט יעצט.
.
אונטער חכם האט געשריבן:אויב האסטו געזוכט מנהיגים ביסטו טאקע אין די wrong פלאץ, מיר האבן נישט קיין מנהיגים, אבער נישט נאר ביים וויירוס, זיי זענען קיינמאל נישט קיין מנהיגים, זיי ווערן געפירט , סיי ביי טעכנאָלאָגיע, סיי ביי די מוסדות, און ביי יעדע נושא, זיי ווערן געפירט בעיקר דורך אקטיוויסטן, און אביסל אויך דורכן אלגעמיינעם דעת הקהל, פונקט ווי 99% פאליטיקאנטן אין די אלגעמיינע גאס.
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זאג דיר צו אז ווען די רבנים זאלן ארויסקומען מיט קלארע אנווייזונגען וואס יא צו טון, וואלט געווען אן ארטיקל אויף פארקערט, פול מיט קריטיק אויף וואס זיי זאגן. דער עיקר איז צו קריטיקירן...
אבטולמוס האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@מיימון: מיין לייק איז פאר דיר ווייל כ'אגרי מיט דיר, און ניין ברויכסט נישט צוריק ציען, האסט גארנישט איבערגעטריבן, אזוי ווי @אבטולמוס שרייבט וויפיל מ'האט דא געשריבן איז צו ווייניג.
@אבטולמוס: איין זאך װיל איך צו צולייגן צו דיינע ווערטער, ערב די צווייטע טעג פסח איז ארויסגעקומן א בריוו פון די מהר"א'ס קהילה אז מוצאי יו"ט גייט זיין א לייוו הוק אפ פונעם רבין'ס שטוב וואו דער רבי גייט פראווען מיט א "מנין מצומצם" נעילת החג, וואו ד"ת און חיזוק וועט געהערט ווערן דורך קול סאטמאר, כ'געדענק נישט פינקטלעך די נוסח.
real fake news האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.
ראובן: דאס איז אן אייזענער שטיקל!
וועלכע חלק ווילסטו אנווייזן, אז ער האט יעדעם אהיימגעשיקט און געהאלטן די אינפארמאציע ביי זיך,
אדער אז די עסקנים האבן אים געבעטן צו בלייבן אין פעסט און ער האטזיך אפגעזאגט?
אבטולמוס האט געשריבן:real fake news האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.
ראובן: דאס איז אן אייזענער שטיקל!
וועלכע חלק ווילסטו אנווייזן, אז ער האט יעדעם אהיימגעשיקט און געהאלטן די אינפארמאציע ביי זיך,
אדער אז די עסקנים האבן אים געבעטן צו בלייבן אין פעסט און ער האטזיך אפגעזאגט?
ער איז געווען אין סעליש, און די עסקנים האבן זיך געבעטן צו אים ער קומען מחזק זיין אין פעסט וואו די נאציס האבן אנגעהויבן משתלט זיין. אבער ער איז ליבערשט אהיימגעגאנגען.
איסר האטלקי האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:real fake news האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.
ראובן: דאס איז אן אייזענער שטיקל!
וועלכע חלק ווילסטו אנווייזן, אז ער האט יעדעם אהיימגעשיקט און געהאלטן די אינפארמאציע ביי זיך,
אדער אז די עסקנים האבן אים געבעטן צו בלייבן אין פעסט און ער האטזיך אפגעזאגט?
ער איז געווען אין סעליש, און די עסקנים האבן זיך געבעטן צו אים ער קומען מחזק זיין אין פעסט וואו די נאציס האבן אנגעהויבן משתלט זיין. אבער ער איז ליבערשט אהיימגעגאנגען.
אנשטאט איבערלאזן זיין קהילה אויף הפקר בשעת ווען די נאציס זענען שוין אין לאנד און זיין א שיינע איד אין פעסט, איז ער געפארן מחזק זיין זיין אייגענע קהילה.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט