בלאט 1 פון 1

די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 12:53 am
דורך מיימון
דאס ווייסן מיר דאך שוין לאנג אז די רבי'ס האבן א טבע צו אנטלויפן פון א געפאר ווי עס איז באקאנט דאס געוואלדיגע העראאישקייט וואס זיי האבן געוויזן ביי די שואה ווען זיי האבן איבערגעלאזט א זינקענדיגע שיף זיך צו ראטעווען, אבער יעצט זעען מיר אז דאס איז נישט נאר פיזיש נאר אויך אידעאלאגיש זענען זיי אלעמאל דא פאר א אנטלויף פלאן ווען דער מצב ווערט שמאל, נוצנדיג זייער אלטן באקאנטן מיטל ווען די לאגע נעמט זיך דרוקן ווערט מען פארשוואונדן און אנטרינען פונעם האריזאנט בלויז צוריק צו ערשיינען ווען אלעס איז אללרייט צו אנגיין ווייטער און אויסנוצן דאס ווייטאג פונעם עולם צו רייטן אויף זייער געוויסן.

א געוויסן דיין דא איז ידוע אז ער איז אמאל פיזיש אנטלאפן פון בית המדרש אינמיטן א העפטיגע ויכוח נישט ווילנדיג נעמען א צד, אזא זאך איז גראדע קלוג ווען די רעדע איז פון נארישע פאליטיק, אבער ווען עס קומט צו ערנסטע החלטות און אידישקייט נושאים ווען דער עולם זוכט א עמוד לסמוך עליו און א העכערע אויטאריטעט וואס זאל אביסל אויסקלארן דעם צומישעניש און לאזן הערן פאר'ן עולם וואס צו טון, וואס דאס איז דאך בעצם די סיבה פארוואס מען דארף מנהיגים בכלל, דעמאלטס ווערן די אלע צולאזט ווי פוטער און ציען מיט די שוואכע פלייצעס נישט קענענדיג נעמען אויף זיך אריינצורעדן אין צי האקעלע נושאים, "כ'ווייס נישט" איז דעמאלטס שגור על לשונם, מ'האמיר נישט היינט קיין סנהדרין, מ'קען נישט באשטימען קיין זאכן פאר'ן ציבור, פלוצלינג זענען זיי אזוי ווייך און איידל.

די זעלבע רבנים וואס ווייסן פונקטליך וואס השי''ת וויל, זיי פארשטייען אריינצורעדן אין ישראל'ישע פאליטיק און אנווייזן וויאזוי דאס אלעס איז א ראיה צו דעם גרויסן חטא וואס מיליאנען אידן באגייען יעדע רגע, זיי פסק'נען ווי דער בית דין הגדול אז די תורה פון די מזרחי גייט צום סטרא אחרא פונקט ווי אחר בשעתו, און פסל'ען לעדות איינער וואס באנוצט זיך מיט א פאון, קוקט ווידיאו, גייט ביי האר, פאלגט נישט/יא דין תורה ועוד ועוד, זיי האבן שיינע לעדערהעדס מיט געקינצטלע חתימות וואס ווערן אפט געזען ביים המון עם וועלכער ווייסט צו זאגן פארוואס ער שרייבט זיין טאטנ'ס נאמען און וויאזוי, זיי שעמען זיך נישט ארויסצוגעבן די חתימה ברבים יעדן שני וחמישי אין אלע בלעטער און פובליק ערטער אבער פלוצלינג ווען עפעס מאכט זיך באמת וויכטיג, ששש... שטיל.

לאמיר עס פעיסן, מיר שטייען היינט אין א מצב וואס איז באמת פרעצעדענטלאז, באמת היסטאריש. נישט היסטאריש ווי אין היסטארישע חתונה בבית פיצקוב-האצנפלאץ, אדער היסטארישע שלום ווען מר. ט. רעדט מיט זיין ברודער, נאר היסטאריש ווי אין די ביכער גערעדט, עפעס וואס מען וועט דערמאנען אין לעקציעס און דרשות פאר צענדליגער יארן הבעל''ט, א מצב וואס איז נאכנישט געווען. א מצב וואס שאלות ווערן נולד אין יעדן פעלד וואס איז פארהאן, מעדיצינישע, עטישע, פילאזאפישע, פאליטישע, עקאנאמישע, און פארשטייט זיך אויך רעליגיעזע און הלכה'דיגע, יעדער וואס פאררופט זיך אן עקספערט אין זיין תחום קומט ארויס און פרובירט צו העלפן מיט זיינע פארשלאגן, טאקע יעצט דארף מען זיי, פארדעם זענען זיי דא. אבער די עקספערטן אויף אידישע הלכה און השקפה האבן זיך באהאלטן אין די מויזן לעכער, אייביג וועלן זיי אלע וויסן דעם דין פונקטליך ווען מען דארף יא אדער נישט זאגן תפלה לדוד אדער מי שברך מיט אנדערע וויכטיגע נארישקייטן וואס וועט קיינעם נישט אויסמאכן סייווי (איך האב בקבלה אז נאך שמו''ע גייט גאט ארויס פון ביהמ''ד, די אלע זאכן זאגט מען נאר שלא ליתן פנאי לחטוא), אבער יעצט ווען עיקרי היהדות און פאקטישע דינים שטייען אויפן וואגשאל זענען זיי פארשוואונדן. זאל מען דאווענען ביחיד אדער בציבור? וואס טוט זיך מיט קריאת התורה? וואס לאזט א יחיד אויס? כ'ווייס, סתם ארויסגעבן א שטיקל גיידליין, א תשובה א בירור הלכה, עפעס א פסק מיט א זיכערקייט. גיי זוך זיי, אלע זענען פארשוואונדן, א יצחק לאווי דארף גיין זיי ארויסזוכן פון די לעכער און קראצן און שייערן און רייבן עפעס געקעקעצטע הוראות בעל פה, טייל רבנים זאגן יא, עפ''י רוב די קלענערע רבי'לעך וואס האבן נאכנישט קיין סיגנאטשור אן פייל, אבער די גרויסע ארגאניזאציעס און אונטערשרייבערס זענען שטום, טייל זענען שוין נעבעך געשטארבן, די אנדערע שפארן זיך איין אין די לעכער, און ווארטן צו זען וואס וועט זיך אויסלאזן.

אבער לאמיר שוין נאכגעבן בנוגע די טיפע פארפלאנטערטע שאלה פון דאווענען מיט מנין (בעצם ניטאמאל א דרבנן, לגבי תפלה) בעת עס בוזשעוועט א מגיפה נוראה אין אידישע הייזער, אך ווער איז עפעס א ר' עקיבא אייגר היינט זיך אונטערצונעמען אזא זאך ווי זאגן נישט צו דאווענען מיט מנין. מ'האמיר נישט קיין ברירה, מיט א שמע ישראל אויף די ליפן וועל מיר דאווענען מיט מנין ביזן לעצטן איד, עס איז דאך נישטא קיין ברירה, וואס העט מען זאגן פאר גאט. (ווער רעדט שוין פון מקוה וואס איז דאך הייליגער פון אלעס היות ס'איז דאך א נייע מצוה שנתחדש אחר מתן תורה דורך די חסידים וואס זענען דאך סאך שטערקער ווי משה רבינו, מען זיצט אויפ'ן הייליגן באנק וואס א אנדערער הייליגער חסיד איז א מינוט פריער געזעצן בגופו הקדוש בפישוט בגדים כדי צו קענען איבערכאפן אלע הייליגע מחלות פון א צווייטן איד בבחינת אל תשקצו את נפשותיכם). די רבנים אליין דאווענען דאך אלע מיט מנין כידוע (און בכלל נישט סורפרייזינג), נאר אזויפיל כאטש קענען די צדיקים וקדושים טון ארויסגעבן א צעטל וואס זאל מזהיר זיין צו אפהיטן די גדרי הבריאות, בעטן אז אפילו די וואס דאווענען יא בציבור זאלן מורא'דיג נזהר זיין אין איינהאלטן די תקנות, כ'מיין ס'איז דאך אויך א דין, ונשמרתם איז טאקע א מאדערנע מצוה אבער לא תרצח איז כמדומה א רמב''ם און ווערט געברענגט אפילו אין ויואל משה, געבן פאר די אזהרות וואס קומען דערווייל בלויז פון די טמא'נע כופר'ישע גוים און סייענטיסטען און הצלה מעמבערס וואס ווערן שוין הייזעריג פון בעטן - א תורה'דיגן תוקף און ערנסטקייט אז בני תורה זאלן זיך נישט שעמען צו גיין מיט אזא גוי'אישן מאסק און זיך פרובירן אפצוהאלטן פון קומען נאנט צו אנדערע מענטשן. אבער דערווייל גארנישט, א שטילקייט.

זיי האבן בטבע נישט ליב צו נעמען קיין ריזיקע, א ריזיקע קען דאך דורכפאלן, זיי וועלן ליבערשט ווארטן און זען וואס וועט זיך אויסקאכן, ביזדערווייל לאזן זיי אלע עסקנים און מאכער זיך אויס'טענה'ן צווישן זיך, מעג מען יא גיין אין שול, וואס איז אנדערש פון גראסערי, ווער הרג'עט מער די שפיטעלער אדער די דעמאקראטן, די גוים גייען אויך אין פארק, וכו' וכו'. זיי הערן זיך צו צו די דעבאטע מיט אינטערעס און ווען אלעס וועט זיין פאריבער וועלן זיי נוצן אט די טענות זיך צו בארעכטיגן מעיקרא, די גאנצע זאך איז געווען געבויט אויף כפירה, די שפיטעלער האבן במזיד גע'הרג'עט (פארוואס זאלן זיי מאכן שפיטעלער אויב זיי ווילן בעצם הרג'נען מענטשן? גייט מיר נישט אריין אין קאפ. הצלה איז מורא'דיג פראפעשאנעל און אזוי אויך דער רייסער וואס דרייט זיך אין שפיטאל אבער א דאקטער איז כמדומה אויך אביסל פראפעשענעל כך נראה בעיני). זיי וועלן פארענטפערן די מנינים מיט אלע תירוצים וואס קומען יעצט אויף, גוט, אבער יעצט זאגן זיי עס נישט, זיי זענען באהאלטן, און ווארטן, אויב וועט זיך ארויסשטעלן אזוי וועלן זיי זאגן "הע זעסט?!" און האלטן גאנצע דרשות צו מוסר'ן די אלע וואס האבן יא געפאלגט און אז זיי דארפן תשובה טון פאר'ן נישט דאווענען בציבור, א ספעציעלע קריאת התורה וועט צוגעשטעלט ווערן "פאר די דאזיגע וואס האבן ליידער פארפאסט דאס ליינען" וואו די אלע וועלן אויסגעשטעלט ווערן צו שפאט און שאנדע פון די פרומאקעס וואס האבן אלעס געהעריג געליינט, דער רב אליין פארשטייט זיך בכללם מיט אלע שיינע אידן, נאר די פשוט'ע בעלי בתים וואס פרובירן תמימות'דיג צו פאלגן וועלן דארט שטיין אינאיינעם מיט אלע פויערן צום רחמנות'דיגן בליק פון אלע פרומע גוטע אידן. מען וועט "זיי" ארויסגעבן א תיקון און סדר וואס צו זאגן לכפר על התפילות וקדישים. ווידער אויב נישט וועלן די רבנים ווייטער זאגן אוודאי מיר האבן זיך צוגעשטעלט פון אנפאנג און קיינמאל נישט געזאגט אנדערש פון די דאקטוירים.

דאס זעלבע מיט די השקפה, סאטמארער רבי איז געווען א גרויסער גבור נאכ'ן קריג צו מסביר זיין למה עשה ה' ככה, וואו איז ער געווען בשעת'ן קריג? וואס האט ער געענטפערט פאר זיין פארפייניגטן חסיד וואס האט געשריגן צו אים פון די אנדערע זייט צוים אין בערגן בעלזן רבי, זאג אונז וואס צו טון, וואס וויל גאט פון אונז, וואס האבן מיר געזינדיגט, ער האט זיך איינגעהילט אין א שווייגעניש און נישט געהאט וואס צו זאגן. אז דו האסט דעמאלטס נישט געוואוסט זיי נישט קיין חכם נאכדעם עס צו בארעכטיגן און מסביר זיין. וואו זענען יעצט די צדיקים? לאמיר הערן וואס מיר האבן צו טון? איז גאט ברוגז אויף אונז? איז דא עפעס וואס מען קען טון צו העלפן? קום מיר נישט נאכדעם שרייען יא וועגן דאס און יענץ. אויב דו געפינסט דיך נישט דאס לשון יעצט דאן שווייג שפעטער אויך. זאג איך ווייס נישט, בביתי אין לחם ושמלה לא אהיה קצין, איך קען נישט זיין קיין מנהיג ווייל איך ווייס נישט וואס גאט וויל. טרעטס אפ פון אייער אמט און זייטס מודה אין אייער ליידיגקייט. אם גבר אתה שטעל זיך יעצט ארויס און נעם די בלעים, זאג הדרכה, זיי מסביר גאט'ס ווילן. דארפן מיר זיין גרייט צום טויט? דארפן מיר עס זען צו פארמיידן? זאל מען אויפהערן צו דאווענען מיט מניין? אויב יא קום ארויס דערמיט מיט א שטארקייט און ערקלער דאס, וויאזוי גאט'ס רצון איז יעצט דאס, על אף דער מצוה איז ביז יעצט געווען תורה ותפילה איז יעצט אנדערש, ברענג מעשיות און מקורות וויאזוי השי''ת וויל צומאל עפעס אנדערש ווי זיין געווענליכן רצון, וויאזוי מען דינט אים יעצט אויף דעם וועג, זיי מחזק דעם עולם, אויב נישט זאג אפן מיר דארפן מסירות נפש, מ'זאל לאזן צוואה, קום ארויס און לאמיר הערן דיין קול, נישט באהאלט דיך און טאנץ מיטן ווינט. וואו זענען זיי אונזערע מנהיגים? וואס זאגט דער דעת תורה און השקפה פון אידישקייט? פארוואס באהאלט איר זיך. בושה תכסה אתכם.