זכרונות פון אמאל...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

זכרונות פון אמאל...

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]קום יענק'לע זעץ דיך אנידער, לאמיר דיר פארציילן ווי אזוי אידישקייט האט אויסגעקוקט אין די ווייטע פארגאנגענהייט... אוי די נאסלאגישע זכרונות ברענגן מיר טרערן אין די אויגן...

מען פלעגט אויפצושטיין אינדערפרי און גיין אין שול אריין. א שול איז געווען אזא גרויסע צימער וואס האט פארמאגט אזא שאפע צודעקט מיט א זיידענעם פורהאנג, מ'האט דאס גערופן ארון קדוש. דארט אינעם ארון קדוש איז געליגן א ספר תורה, דאס מיינט אזא געדרייטע מגילה וואס ערהאלט אלע פרשות פון חומש. אין הארט לעבן דעם ארון קודש איז געשטאנען אזא שטענדער וואו א חזן האט אויסגעלאזט הויעך יעדע שטיקל פונעם דאווענען מיט אזא שיינעם נוסח... אינעם צענטער פון שול איז געשטאנען אזא פלאטפארמע וואס מ'האט גערופן א בימה, דארט אויפן בימה פלעגט מען לעזן אינעם ספר תורה מאנטאג, דארנאשטאג און שבת...

ווי נאר מען איז אנגעקומען אין שול האבן אלע טאטעס און בחורים אראפגענידערט די שטיגן וואס פירט צום קעלער וואו ס'האט זיך געפונען דער מקוה. דאס איז אזא גרויסע שווים באסיין אנגעפילט מיט הייס וואסער. יענק'לע וואס זאל איך דיר זאגן? דו האסט געמוזט הערן דעם האאא וואס האט אפגעהילכעט דארט אין די מקוה ווען די פארשלאפענעם קערפער איז געקומען אין בארירונג מיט די הייסע געשמאקע מקוה וואסער... דאס קען מען גארנישט אראפגעבן פאר איינער וואס האט דאס נישט מיטגעלעבט מיט די אייגענע אויגן. דאן האט מען זיך אפגעקראצט די פארהויטעטע פוס אויף די העלצער געאייגנט ספעציעל פאר דעם, און מ'האט גלייכצייטיג מיטגעהאלטן די לעצטע פאליטישע אנוויקלונגען פון איבער די גאנצע וועלט.

לעבן די מקוה איז געווען א שטיבל וואו מ'האט זיך געקענט אנגיסן א שאל הייסע קאווע. דארט איז אויך געליגן א שאכטל קאצקע צוקער מיט וואס מ'פלעגט זיך צובאנוצן עטוואס צו פארזיסן דעם ווארעמע צופרי קאווע. דארטן פלעגן מיר אפזיצן און זיפן געמיטלעך דעם שאל קאווע ליינענדיג דערביי דעם טעגליכער נייעס צעטל. נישט ווי מיר טוען היינט אויף די טראסע מיטן טעלאפאן.

דאן איז מען צוריק ארויף אין שול וואו אלע טאטע האבן אינאיינעם געדאווענט אויפן קול. מ'פלעגט דאס צו רופן מנין. דאס איז אזא פראקטעצירונג וואס מ'זעט שוין נישט היינט. נאר אין עטליכע באהאלטענע בונקערעס וואו אלטע לייט וועלכע קענען זיך נישט אפגעוואוינען פון זייערע אמאליגע געוואוינהייטן, זיי מאכן נאך דארט אזעלכע פארצייטישע מנינים...

נאכן מנין זענען אלע טאטעס צוגעגאנען צום עק שול וואו עס איז געווען צוגעגרייט לייכטע פארבייס מיט שנאפס, מיט וואס דער עולם האט זיך עטוואס דערכאפט דאס הארץ. מ'האט זיך אפגעלעקט די וואנצעס און גוטמוטיג געווינשן לחיים... יא! מ'האט זיך ווירקליך געגעבן די הענט איינער פאר צווייטן...

ביינאכט איז מען זיך ווידער צוזאמגעקומען אין שול אריין צו מנחה מערב און צום שיעור. וואו מ'האט גוטמוטיג פארברענגט עטליכע שטונדען פון די נאכט. נישט ווי היינט וואס איז די דאזיגע שעות זענען מיר פארנומען זיך צושלאגן מיט מאמי און זיך צו עסן דאס געזונט...[/justify]
רעאגיר