די געשעענישן ביים לוי' אין בארא פארק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

די געשעענישן ביים לוי' אין בארא פארק

שליחה דורך יהורם »

און יא!

יענקל קארנבלי פון בארא פארק האט היינט זיך אויפגעוועקט צו א נייע אנגענעמע וועלט, א נייע פרישע וועלט, א וועלט פון פאליציי און געשלעגן, א וועלט ווי די פאנאטישע שווארצע חסידים ווערן ארעסטירט, ענדליך ענדליך, נאכן פרובירן אזויפיל מאל צו ארומדרייען די אינטערעסן פון די אנטיסעמיטישע פאליציי זענען זיי שוין ענדליך דא און טאקע טיילן פעטש אויף די גאסן.

נישט נאר יענקל קארנבלי איז שולדיג, שולדיג איז יעדער איינער וואס האט גענומען שריט בין לטוב ובין למוטב, דער וואס האט געגראבן מקוה'ס און דער וואס האט גערופן דעבלאזיא רעפארטירן, יעדער איינער וואס האט נישט איינגענומען א הילכיגער שטילשווייגעניש איז שולדיג אין די שאנדפולע סומעטאכע וואס איז זיך פארלאפן היינט אין בארא פארק.

צופיל דעטאלן קען איך נישט איבער די געשיכטע פון היינט, אבער וואס איז זיכער איז אז קיינער וואס האט גערודערט איז נישט אומשולדיג, אבער די וואס רופן פאליציי, צו וואס ווארט איר אויס? ווילט איר טאקע אז די פאליציי זאל מער נישט אריינקומען אין אונזערע געגנטער? ווילט איר אז בארא פארק זאל פאררעכנט ווערן ביי די אינסטאנצן ווי הארלעם צוואנציג יאר צוריק?

)און צו די היפאקריטן וואס פון איין זייט שרייען זיי אז מען זאל עלימינירן די שווארצע פון אלע געגנטער, דא האט איר אביסל וואס די שווארצע האבן געליטן ווען מען האט זיי געטארגעט).

דעבלאזיא איז דער פערפעקטער מעיאר פאר ניו יארק, א נארישע מעיאר פאר נארישע מענטשן!

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר