גאָטס צוריקצוברענגען גאָט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

גאָטס צוריקצוברענגען גאָט

הודעהדורך ראובן » זונטאג מאי 03, 2020 10:54 am

עס איז באקאנט אז איינער פון די צדיקים האט געזאגט אז ער וועט ענדערש פארן מיט א בעל-עגלה א פרומער קריסט, ווי איידער א איד אן אפיקורס. דער צדיק האט געמאכט א חשבון אז אן אפיקורס וואס האט נישט מורא פון קיין דין וחשבון קען דיר איבערלאזן שטארבן פאר הונגער ערגעץ אינמיטן א וואלד – אויב ער איז זיכער אז קיינער וועט קיינמאל נישט געוואויר ווערן. אבער דער וואס גלייבט אין גאט – סיי וועלכן גאט – האט מורא פון א דין וחשבון. ווי אברהם אבינו האט געזאגט: כי אמרתי, רק אין יראת אלקים במקום הזה, והרגוני על דבר אשתי.

אמונה בה' איז דאס וואס טיילט אפ דער וואס האט נאר פחד בשר ודם און דער וואס האט מורא פון עפעס מער און טיפער.


גאטלאז
דער וואס האט נאר געעפנט א אידיש ספר ווייסט אז עס איז נישטא עפעס אין אידישקייט וואס איז חשוב'ער פון לעבן. מ'קען און מ'דארף עובר זיין כל התורה כולה כדי צו ראטעווען איין ספק לעבן. אבער עס איז דא איין זאך וואס איז חשוב'ער פון דעם אייגענעם לעבן: יענעמ'ס לעבן. מ'דארף זיך לאזן גע'הרג'עט ווערן אבי נישט צו הרג'ענען א צווייטן.

אבער וויאזוי פארענטפערט מען די תמיה אז די זעלבע מענטשן וואס וועלן איבערקערן א וועלט נישט צו עסן א ספק מאשין-מצה אין פסח ווייל דער צאנזער רב האט געזאגט דערביי א טעם הכמוס, לאכן זיך אויס ווען מ'רעדט פון עכ"פ א ספק פון אנשטעקן מענטשן מיט קרענק – אין דער צייט וואס יעדן טאג שטארבן מענטשן פון א מגיפה?

וויאזוי קען מען ערקלערן אז די זעלבע מענטשן וואס וועלן געבן כל הון דעלמא צו ראטעווען א בחור פון א תפיסה, אדער א מערדער א בעל-תשובה פון טויט-שטראף, קענען נישט ביי זיך פועל'ן אנצוטון א מאסקע ביים גיין אין דער גאס?

וויאזוי איז מען מסביר וויאזוי די זעלבע מענטשן וואס וועלן גלייבן א דאקטאר זיך צו לאזן אויפשניידן דאס הארץ אדער צו עסן יו"כ, קענען ביי זיך נישט פועל'ן נישט צו דאווענען מיט מנין אויף דער ראט פון די זעלבע דאקטוירים?

וויאזוי קען מען פארשטיין אז די זעלבע פירער וואס יעדע פיצינקע פירצה ברענגט זיי געווענליך ארויס צו אסיפות און דרשות, זענען נישט קיין מוסטער און האבן נישט קיין שום אנווייזונגען און חיזוק ווען מיר גייען דורך אונזער גרעסטן לעבן-און-טויט קריזיס על אדמת אמעריקע?


וואס דעפינירט אמונה בה'?
יעדער פארשטייט אז רוטין איז שווער צו ברעכן. יעדער פארשטייט אז א געוואוינהייט איז שווער צו טוישן. אבער איז נישט דאס וואס דארף דעפינירן דעם מאמין בה'? אויף וואס גלייבסטו אין גאט אז דו קענסט נישט ביי דיר אין קאפ אָפּדעיטן דיינע געוואוינהייטן לויט וואס דער רצון ה' איז אינעם יעצטיגן מאמענט?

גלייבן אין גאט מיינט אז אלע אנדערע חשבונות ווערן געלייגט אין דער זייט; גלייבן אין גאט מיינט אז מ'לייגט אוועק אלע נגיעות און אלע געוואוינהייטן, און מ'טראכט טיף אריין אין דעם רצון ה'; גלייבן אין גאט מיינט אז מ'איז זיך אפילו מוסר נפש פאר'ן רצון ה'. איז דאס פאלק וואס קען זיך נישט אנטון א מאסקע אין דער גאס ווייל ס'איז "פאני", "אנדערש" און אומבאקוועם, דאס זעלבע פאלק וואס איז געגאנגען אויף דער אויטא-דא-פע פאר'ן רצון ה'?

וואס דער קאראנא ווירוס האט אונז דאס מערסטע געלערנט וועגן אונזער געזעלשאפט איז אז טראצדעם וואס מיר קוקן אויס ווי א גרופע וואס איז דאס מערסטע אדוק אין העכערקייט און אין גאט, זענען מיר דורכאויס גאטלאז. רק אין יראת אלקים במקום הזה.

ווי קען מען מסביר זיי אז די זעלבע געזעלשאפט וואס וועט נישט עסן פון דער שטרענג-ארטאדאקסישער OU, ווייל צומאל קענען זיי זיך פארלאזן אויף הלכה'דיגע קוּלות, זאגט נע, בע, עניוועי, און פעיק ניוז, ווען מ'רעדט פון אנשטעקן אידן מיט א שטערבליכער מחלה? און דאס איז אין א צייט ווען עס דרייען זיך צווישן אונז הונדערטער אידן וואס האבן בזדון ובשגגה אומגעברענגט אנדערע אידן. רוצחים בשוגג און רוצחים בפשיעה.

אז איינער וואלט דיר דערציילט אז עס דרייען זיך צווישן אונז טויזנט אידן וואס זענען נכשל געווארן אין די לעצטע וואכן מיט אכילת חזיר, וואלטסטו דאך איבערגעקערט א וועלט אז דו זאלסט נישט זיין צווישן די נכשלים. איז ווען מ'זאגט דיר אז אויב דו בלייבסט אין שטוב, און גייסט מיט א מאסקע אין דער גאס בשעת הדחק וועסטו זיין פארזיכערט נישט נכשל צו ווערן – ווי קענסטו בלייבן גלייכגילטיג?

ווער געדענקט דען נישט ביי פרשת פינקל אין מאנסי פאר פערצן יאר צוריק, וואספארא טומל און איבערקערעניש עס איז געווען אז אידן זענען נכשל געווארן מיט מאכלות אסורות. אידן האבן זיך נישט געקענט מוחל זיין אויף דער שרעקליכער מכשול מיט וואס זיי זענען געשלאגן געווארן אז זיי האבן געגעסן טריפה פלייש.

רבותי, ענדערש פרעסט טריפה-פלייש לתיאבון, אבער הרג'עט נישט קיין מענטשן!


דער סקריפט
די גמרא דערציילט (חגיגה ה ע"א) אז רבי יוחנן האט געוויינט ווען ער איז אנגעקומען צו דעם פסוק "כי את כל מעשה האלקים יבא במשפט על כל נעלם" – דער אויבערשטער וועט משפט'ן דעם מענטש אפילו אויף די באהאלטענע קלייניגקייטן וואס ער האט געטון. רב און שמואל געבן ביישפילן: דאס מיינט אפילו איינער וואס הרג'עט אן אינזעקט פארנט פון זיין חבר, און יענער ווערט פאר'מיאוס'ט דערפון, אדער איינער וואס שפייט נעבן זיין חבר און פארעקלט אים.

אויף קלייניגקייטן בין אדם לחבירו וועט דער אויבערשטער משפט'ן – ווי קען א מאמין בה' זיין לייכטזיניג מיט דעם סאמע לעבן פון א צווייטן?

נאר מיר זענען נישט קיין אמת'ע אידן און מיר זענען נישט גאט-פארכטיג. מיר זענען ראבאטן וואס קענען נישט טראכטן, און וואס קענען נאר פאָרן אויף דעם "קאָנוועיער בעלט" פון לעבן. מיר ציטערן נישט פאר חילול שבת ווייל דער אויבערשטער וויל אזוי, נאר פאר דער זעלבער סיבה פארוואס מיר עקלען זיך פון עסן היישעריק. אזוי איז אונזער קולטור. מיר האבן מורא פון מאכלות אסורות נישט ווייל אזוי איז דער רצון ה', נאר פאר דער זעלבער סיבה וואס מיר האבן פיינט השי"ת'ס יצירות וואס קוקן אויס אנדערש ווי אונז. מיר וועלן זיך מאביליזירן צו ראטעווען דעם לעבן פון א אידישן מערדער נישט ווייל מיר האלטן דעם לעבן טייער, נאר פאר דער זעלבער סיבה וואס מיר האלטן אז ווען גוטהארציגע נישט-אידן העלפן אונז זוכן א פּאָר תפילין אין א לענדפיל איז דאס אונזערס א קידוש ה'.

מיר האבן א "סקריפט" פון לעבן וואס מ'האט אונז געגעבן צום ברית, און דאס פירט אונז ביז'ן קבר, און דער תוכן פונעם סקריפט איז נישט קיין חילוק צי ס'שטאמט פון תורה, געזעלשאפט, אדער ריין משוגעת און רשעות. דער זעלבער סקריפט וואס זאגט אונז מדקדק צו זיין כחוט השערה אויף א חשש דחשש פון א חומרא פון חמץ, זאגט אונז אז ס'פּאסט נישט צו פארן מיט א בייק אין וויליאמסבורג. דאס איז דער סקריפט וואס זאגט אונז ווען צו קלאטשן פאר'ן רבי'ן, און אויך ווען צו אויספאסטן מוצאי יום כיפור. דאס איז דער סקריפט וואס זאגט אונז נישט צו פארפאסן קיין מנין, און אז א נארמאלער מענטש קען נישט חתונה מאכן ווי יואלי ראטה. דאס איז דער סקריפט וואס זאגט אונז אז דער רבי קען נישט מאכן קיין טעות, און אז די חסידים פונעם אנדערן רבי'ן זענען פאנאטיש ווייל זיי גלייבן אז זייער רבי קען נישט מאכן קיין טעות. דאס איז דער סקריפט וואס זאגט אונז וויאזוי מ'דארף שרייבן א ספר תורה, א חתונה אינוויטעישאן, א מזוזה, א הסכמה פאר א ספר, אן איינלאדונג צו א תנאים, א גט, א נוסח המציבה, און א קול קורא קעגן שמאלע געפאסטע קליידער.

דער סקריפט זאגט אונז צו גיין א קיטל צום סדר, און א דזשי-ענד-דזשי רעקל אין א גרינעם דינסטאג. דער סקריפט וואס זאגט אונז וויאזוי צו ציילן שבעה נקיים, זאגט אונז אויך וואספארא טורבאן ס'איז נארמאל פאר א חסידישער פרוי. דאס איז דער סקריפט וואס הייסט אונז מאכן א ברית צום אכטן טאג, און מיט וואספארא נוסח א בחור און א מיידל דארפן רעדן ביי דער בעשאו. דאס איז דער סקריפט וואס זאגט אונז אז ס'איז א דערגרייכונג אז "כ'האב קיינמאל נישט פארפאסט א מקוה," און אז אברמי הורוויץ איז חשוב'ער פון יאנקי ג'ברא. אין דעם סקריפט געפונען מיר ווען דער זמן ערב שבת איז, און אז מ'טאר נישט אפשטופן א חתונה. דאס איז דער סקריפט וואס גיט אונז דריי גענויע דעזיינס פאר אן עטרה, און וואס זאגט אונז צו לייגן תפילין. דורך דעם סקריפט ווייסן מיר אז מ'דארף לערנען תורה, און אז א נארמאלער חסידישער איד זאל זיך ענדערש לאזן אויסברענען די אויגן ווי איידער גיין זון-גלעזער. דער סקריפט זאגט אונז ווען מ'דארף איבערדאווענען אויב מ'האט פארגעסן יעלה ויבוא, און אז מ'דארף אפגאלן די האר פון פרויען. דאס איז דער סקריפט וואס זאגט אונז אז יעדער נישט-איד איז עשו שונא ליעקב, און אז מ'טאר נישט עסן קיין חזיר. דאס איז דער סקריפט וואס זאגט אונז אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, און אז ר' שמואל ניימאן גיט ארויס צווייפלהאפטיגע התירים.

אבער אינעם סקריפט שטייט גארנישט וועגן א מגיפה. אינעם סקריפט שטייט נישט אז א חסידישער איד מיט א הוט און פארקנעפלטן רעקל "מעג" טראגן א מאסקע אין דער גאס ווען ס'איז א חשש פיקוח נפש. עס שטייט נישט אז אן איידל חסידיש ווייבל איז נאך אלץ נארמאל אויב איר נאז און מויל זענען איבערגעדעקט. אינעם סקריפט ווערט נישט דערמאנט אז א זעלבסט-רעספעקטירנדער חסידישער מענטש מעג גלייבן דאקטוירים מיט א תמימות, פשוט ווייל ס'איז נישט מסתבר אז ער ווייסט בעסער פון דעם מומחה. עס שטייט נישט אז אין צייט פון א לעבן-און-טויט קריזיס דארף א מנהיג זיין א מוסטער און בלייבן אויף דער שיף ביז יעדער איז פארזיכערט. און ווי קען מען ערווארטן אז מ'זאל נישט מאכן קיין לוויות, אויב אינעם סקריפט זענען נישטא קיין אנווייזונגען דערויף. אינעם סקריפט ווערט אויך נישט דערמאנט אז ווען מ'ליידט פון הונדערטער קרבנות איז וויכטיגער אז די געמיינדע זאל מפשפש זיין במעשים, און אפגעבן דין וחשבון, ווי צו באשולדיגן יעדן חוץ זיך.

מיר זענען ווי אן אקטיאר אויף א סטעידזש וואו די לעקטער האט זיך בטעות אויסגעלאשן, און אינעם סקריפט שטייט נישט וואס צו טון אין אזא פאל.

אונזער אידישקייט איז ניטאמאל מצוות אנשים מלומדה; זי איז א לעבן צוזאמענגעשטעלט פון געוואוינהייטן און אדיקות צו א רוטין. מיר טוען גארנישט פאר'ן רצון ה' – אלעס נאר צו באפרידיגן אונזערע נטיות. די זעלבע וואס שטאלצירן מיט אונזער רחמנות, קענען שינדן די הויט פון איינעם וואס טרעט א טראפ אפ פונעם סקריפט; די זעלבע וואס קענען וויינען ביי א "רופא חולים" דינער, קענען זיין שופכי דם; די זעלבע וואס זענען מקפיד צו פילטערן זייער וואסער, קענען טרעטן אויף די עשרת הדברות; די זעלבע וואס ס'קרענקט זיי א שייטל וואס איז צו לאנג, קענען עובר זיין אויף די שלוש חמורות.

דער אויבערשטער האט געזען אזא צייט, א צייט ווען מ'וועט טון אלדאס בייזן, און זיך נאך האלטן פאר גאט-פארכטיג. א צייט ווען מ'וועט טון אלע סימבאלן און מנהגים, אבער דעם הארץ פון געטליכקייט וועט מען צעטרעטן. א צייט ווען מ'וועט גענוי נאכפאלגן דעם סקריפט, און מיט פשוט'ע גוטס און מענטשליכקייט וועט מען זיך נישט קימערן. ווי אין די צייטן פון ישעיה הנביא, ווען מ'האט מקריב געווען אלע קרבנות גענוי לויט'ן סקריפט, געפראוועט ימים טובים פונקט ווי פארגעשריבן, אבער מיט געטליכקייט האט עס נישט געהאט קיין שייכות.

    הערט דאס ווארט פון גאט, איר פירער פון סדום. צו וואס דארף איך אלע אייערע קרבנות, זאגט גאט. איך בין זאט מיט עולות פון ווידער, מיט פעטנס פון געשטאפטע; און בלוט פון אקסן און שעפסן און באקן וויל איך נישט האבן. אז איר קומט זיך ווייזן פאר מיר, ווער בעט דאס פון אייך צו טרעטן אין מיינע הויפן? מיין זעל האט פיינט אייערע ראשי חדשים און ימים טובים – זיי זענען מיר צו לאסט און איך קען זיי נישט פארטראגן. און ווען איר שפרייט אויס אייערע הענט וועל איך פארהוילן מיינע אויגן פון אייך, אפילו איר וועט פיל דאווענען הער איך נישט – אייערע הענט זענען פול מיט בלוט. וואשט אייך, רייניגט אייך, טוט אפ אייערע שלעכטע מעשים פון קעגן מיינע אויגן, הערט אויף שלעכטס טון. לערנט צו טון גוטס, זוכט גערעכטיגקייט, שטארקט דעם דערדרוקטן, טוט ריכטיגקייט פאר דעם יתום, און נעמט זיך אן פאר דער אלמנה. (ישעיה א)

צוריקברענגען גאט אינעם חשבון
וויאזוי נעמט מען, אלזא, גאט צוריק אריין אינעם בילד? איך האב נישט קיין גרינגע עצות פאר אייך, מיינע טייערע לייענער. צו זיין געטליך פארלאנגט קוראזש און שטארקקייט. עס פארלאנגט צו טראכטן טיף און זיך נישט צו נארן. עס פארלאנגט אריינצוקוקן צו זיך אין הארץ פאר מ'איז בודק וואס דער סקריפט זאגט. עס פארלאנגט אמת'דיגקייט, יושר, און התבוננות.

דער מדרש (בראשית רבה מב, ח) ברענגט פון רבי יהודה, אז אברהם אבינו איז גערופן געווארן "יהודי" ווייל "כל העולם כולו מעבר אחד, והוא מעבר אחד" – אברהם איז געווען אויף איין זייט, און די גאנצע וועלט איז געווען אויף דער אנדערער זייט. "די וועלט" מיינט נישט די ביליאנען מענטשן אינדרויסן פון דער אייגענער געמיינדע מיט וועמען מ'האט ווייניג שייכות. עס מיינט די אייגענע וועלט, די וועלט וואו מ'לעבט, די וועלט וואס איז נוגע אין טאג-טעגליכן לעבן. אז דער אמת פלאקערט אין הארץ שטעלט מען זיך אויף דער אנדערער זייט פון דער וועלט, די שכנים, חברים, קרובים – און אפילו עלטערן ווי אברהם אבינו בשעתו.

אז מ'רעדט פון נישט פארכאפט ווערן פון "דער גאס" מיינט דאס נישט דעם פינפטן עוועניו אדער רחוב דיזנגוף; עס מיינט די גאס וואס איז נוגע אין אונזער לעבן – די אייגענע גאסן. נישט ווערן נתפעל פון ראדני סטריט און כיכר השבת.

דער זעלבער רבי יהודה האט געשפירט אז דאס וועט זיין דער נסיון בעקבתא דמשיחא, ווי די גמרא ברענגט (סנהדרין צז ע"א) בשמו אז אין די לעצטע תקופות וועט זיין "חכמת הסופרים תסרח" – מענטשן וועלן נישט זיין פאראינטערעסירט אין חכמה און אין חכמים, "יראי חטא ימאסו" – מ'וועט זיין פאר'מיאוס'ט אין די וואס האבן באמת מורא פון חטא, "ופני הדור כפני הכלב" – און די פירער פונעם דור וועלן האבן דעם פנים פון א הונט און זיך נישט שעמען איינער פון צווייטן, "והאמת נעדרת" – און דער אמת וועט נישט זיין צו געפונען. און אז איינער וועט זיך אפקערן פון שלעכטס, זאגט די גמרא ווייטער, וועט די גאנצע וועלט זאגן אז ער איז א שוטה.

די גמרא זאגט (נדה ל ע"ב) אז פאר א קינד ווערט געבוירן באשווערט מען אים "תהי צדיק, ואל תהי רשע" – דו זאלסט זיין א צדיק, און דו זאלסט נישט זיין קיין רשע. "ואפילו כל העולם כולו אומרים לך צדיק אתה, היה בעיניך כרשע" – און אפילו די גאנצע וועלט זאגט אז דו ביסט א צדיק, זאלסטו זיין אין דיינע אויגן ווי א רשע. אסאך פרעגן אז דאס איז לכאורה א סתירה צו דער משנה (אבות ב, י"ג) "ואל תהי רשע בפני עצמך," וואו די מפרשים זענען מסביר אז א מענטש זאל זיך חלילה נישט האלטן פאר א רשע. נאר אפשר רעדט מען אין א צייט ווי אונזערס, וואס ווי פריער דערמאנט, אויב איינער שיידט זיך אפ פון שלעכטס, רופט מען אים א שוטה, און ווידער פארקערט, אויב מ'רופט איינעם א צדיק איז רגליים לדבר אז עפעס טויג נישט מיט אים. אויב די היימישע וועלט און די היימישע גאסן זאגן אז איינער איז א צדיק איז ער ווארשיינליך א צדיק בלויז לויט'ן סקריפט, און נישט קיין צדיק וואס איז גאט-פארכטיג, וואס איז דורש משפט, און זוכט צו טון וואס איז ריכטיג און גוט. אז כל העולם כולו זאגט אז דו ביסט א צדיק, קלער טיף אריין צי דו ביסט נישט חלילה א רשע. ווי די גמרא זאגט (ב"ב י ע"ב) אז אויף יענער וועלט איז "עליונים למטה ותחתונים למעלה" – די וואס מ'איז מחשיב אויף דער וועלט זענען פון הינטן, און די וואס זענען דא אראפגעקוקט זענען דארטן פון אויבן.

ארויסצוקריכן פון דער גאטלאזער אידישקייט פלאנטער פארלאנגט זיך גרויסע כוחות צו גיין קעגן דעם שטראם, צו טון וואס איז ריכטיג אין יעדן שריט אין לעבן; צו הערן דעם בת קול היוצא מהר חורב, און נישט דעם בת קול היוצא מהרחוב. מ'דארף איידעלערהייט, אבער מיט שטארקקייט און גאָטס, מחנך זיין ביי זיך אין שטוב צו א לעבן פון למדו היטב דרשו משפט, א אידישקייט וואס איז געטריי צו גאט און זיין תורה, א לעבן וואס איז בוחר בחיים – למען תחיה אתה וזרעך.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2618
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3563 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10289 מאל

Re: גאָטס צוריקצוברענגען גאָט

הודעהדורך או אינו » זונטאג מאי 03, 2020 11:01 am

יישר כח ראובן. זייער שיין געשריבען וואס נישט. ווי אזוי גייט מען ווייטער ? למעשה זענען דא לערנערס צווישען די אקטערס ? קען מען פין תלמוד אין שו״כ זיין א גבר בין גוברין ?
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » זונטאג מאי 03, 2020 11:19 am

אנדערש ווי אנדערע בייסיגע (מיט רעכט) קריטיקירער, טוט ראובן מיט אן איידלקייט גרינטעווען צו די יסוד ושורש פונעם פראבלעם, אהן קיין האס און אויפברויז.

איך מאך נישט אוועק אלע אנדערע ארטיקלען הן קטלא הן מיימון וכו' אבער ראובן עלית על כולנה!
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

גאָטס צוריקצוברענגען גאָט

הודעהדורך מי אני » זונטאג מאי 03, 2020 12:08 pm

טיף און מייסטערהאפטיג!

דאס איז א טיף-שניידענדע קריטיִק [critique] בנוגע אז אפילו וואס אנבאלאנגט אונזער געזעלשאפט׳ס צוגאנג צו זייער דעסקריפטיוו מאראליטעט און וואס זיי האלטן אלס ריכטיג איז עס היינט-צו-טאגס ליידער נישט אוטענטיש און סינסיִר. דאס קען ליידער גיבן א באדייט לגבי אונזער געזעלשאפט צו דאס באקאנטע פראזע וואס ניטשע האט געזאגט, וואס האט געהאט א שייכות בנוגע זיין ארומנעמענדע/כלליות׳דיגע קריטיִק אויפ׳ן אלגעמיינע מאראליטעט (בתוך/מקושר צו דעם איבער די טענשאן צווישן סייענס/וויסנשאפט און רעליגיע), אז ״ג-ט איז טויט״. ולענינינו, אז ליידער איז עס ביי אזא מצב ביי אונז אז אונזער מאראליטעט און אפשאצונג פון וואס איז ריכטיג, וואס דארף זיין מיוסד אויפ׳ן רצון (כביכול) פון ג-ט, איז טויט; ס׳איז נישט מער ווי א מצות אנשים מלומדה אויף גענוי די זעלבע מדריגה ווי יעדע אנדערע (געזעלשאפטליכע) מעשה וואס מיר טוהן.

ולפי״ז מה נאה צוצופאסן צום יעצטיגן מצב בעולם אז מ׳דארף זיך מתבונן זיין אז עבודת ה׳ [אידישקייט] זאל זיין ״וחי״ בהם תרתי משמע. דהיינו, אז מ׳דארף זיך מתבונן אין ווען מ׳דארף טאקע וועגן ג-ט ״נישט״ טוהן עפעס וועגן דעם וחי בהם, וממילא צוריקצוברענגען דאס ״חיות״ לגבי אונז צו (כביכול) ג-ט און זיינע געבאטן. והיה במקום אשר יאמר להם לא עמי אתם [די עיקר איז נישט דאס זיין דוקא א פאלק און געזעלשאפט מיט אירע נארמעס וכו׳, וממילא] יאמר להם בני אל חי (הושע ב א).

ובדרך צחות קען מען אפשר זאגן בנוגע כל הנ״ל ולכותרת האשכול אז דער נביא זאגט (ישעיה נז טו) מרום וקדוש אשכון ואת דכא ושפל רוח להחיות וגו׳. והיינו, אז מ׳דארף האבן ״דכא״, א העטערעגראף צו ״דקה״ וואס קען מיינען די ״גאטס״, צוריקצוברענגען ג-ט און אים צו מאכן ״לעבעדיג״ אין אונז [להחיות].

ועוד יותר, מ׳טרעפט ביי טריפות ב״דקין״ אז טאמער ס׳איז יצא לחוץ און עס איז נתהפך געווארן, אפילו ס׳איז חזרו מאליה איז עס טריפה (יו״ד סימן מו סעיף ב ע״ש). ולרמז לענינינו, אז מ׳האט אינגאנצן מהפך געווען דעם ענין פון לעשות רצון ה׳ [השוכן את ״דכא/דקה״] איז עס א פראבלעם. און אויך אז ביי דעם איז אויך דא די כלל אז כל יתר כנטול דמי(להלן סימן מז ע״ש) און טאמער ס׳איז צוגעלייגט עקסטערע (שטותים) דערצו, איז א פראבלעם.


ועיין כאן באות ג. @ראובן האט דאס שוין געהאט אביסל בארירט אין זיין ארטיקל און מע זאגט ״אבי אבי״ אין וועקער 11.

דאס גייט אויך בכלל צוזאמען מיט @העניך׳ס טעזע אז ביי די ״פרומיסטן״, אין די היארארכיע און סדר פון ״תורה, ג-ט, מענטש״, איז ליידער ״ג-ט״ צום סאמע לעצט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום זונטאג מאי 03, 2020 1:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1645
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7087 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 03, 2020 12:26 pm

אדער קען זיין אז זיי האלטן, גערעכט אדער מיט איגנערענס, אז דאס איז בכלל נישט רצון השם

(שוין געהאט די ווייראס, די דאקטוירים האבן אנפאנג געזאגט מיט א שטארקייט א מאסק העלפט נישט און פעלט נישט אויס, פשוט איגנערענס, נישט זיין אויף די אינטערנעט וכו', גלייבן קאנספירעסיס פין אנטי-וועקסערס)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

גאָטס צוריקצוברענגען גאָט

הודעהדורך אמת וצדק » זונטאג מאי 03, 2020 1:07 pm

פארכטיגע ווערטער ראובן! עס פארלאנגט פון אונז אלע א טיפע חשבון הנפש. אבער איך וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט צו זאגן אז ״אין יראת אלקים במקום הזה״. נאר וואס דען, עס זענען דא צוויי חלקים אין די מצות השם, איינס איז פשוט מקיים זיין די קביעות׳דיגע דעי טא דעי מצות, און דאס טוט מען טאקע מיט א כוונה צו טוהן די רצון השם (פארשטייט זיך מיט אנדערע כוונות אויך). און דערנאך איז דא די מצוות השם וואס פארלאנגען מחשבה און התבוננות כדי דאס צו מקיים זיין ריכטיג, ובפרט ווען עס קומט צו א זאך וואס פארלאנגט צו גיין אנדערש ווי די דעילי רוטין, ווארום דאס וואס מיר זענען אן עם קשה עורף איז צווייפאכיג דהיינו, סיי אז מיר זענען שווער מקבל נייע מנהגים, און סיי אז ווען א מנהג ווערט שוין איינגעגעסן ביי אונז און עס ווערט א חלק פונעם ״סקריפט״ איז דאס גאר שווער אויסצורייסען (אפי׳ דער מנהג איז נישט יסודתו בהררי קודש, ווי די מנהג פון תגלחת נשים), עכ״פ דארפען מיר כסדר מאכן א חשבון הנפש ווי דער חובות הלבבות שרייבט אין שער חשבון הנפש (פרק ג׳ אופן הארבעה ועשרים): ״שתחשב עם נפשך ותתבענה על כל ענין שנתישב אצלך מעניני ידיעת האלקים ותורתו, ודברי הראשונים, וחידות החכמים״. טראכט אריין און אלעס וואס מ׳האט דיר געלערנט ווען ביסט געווען יונג, און לערן דאס אפ פון פריש מיט א טיפקייט און דערהער וואס ליגט אונטען דעם, זע נישט נאר דער ״סקריפט״ נאר זע דאס גרויסע בילד, דאס רצון השם אין א יעדע אספעקט פון לעבן.


Sent from my iPhone using Tapatalk
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

הודעהדורך במדבר » זונטאג מאי 03, 2020 1:51 pm

ווי באקאנט האבן א'סך צדיקים געזאגט אז אויב ''ראובן'' וואלט ווען געווען בזמן הנביאים וואלט ער זיי אלע איבערגעשטיגן במעלת הנביאים. די נשמה איז א ספעציעלע געשאנק בעקבתא דמשיחא פאר אינזער ''שוואכע דור''. (וכעיו זה שם,שם:)
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג מאי 03, 2020 2:48 pm

א גרויסן דאנק פאר @פיקאסא פאר'ן מאכן אזא שיינעם פי-די-עף.
בייגעלייגטע פיילס
גאָטס צוריקצוברענגען גאָט.pdf
(63 KiB) אראפגעלאדנט 84 מאל
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2618
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3563 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10289 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 03, 2020 4:41 pm

דער אמת ציפט. איך טרעפ אַ שיינער חלק פון מיין אידשקייט אונטער אטאקע. שכוח ראובן!
ראובן האט געשריבן:צוריקברענגען גאט אינעם חשבון
וויאזוי נעמט מען, אלזא, גאט צוריק אריין אינעם בילד? איך האב נישט קיין גרינגע עצות פאר אייך, מיינע טייערע לייענער.

כ'האב אמאל געזען אין א מוסר ספר א געדאנק וואס קען זיין ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַניצבאר,
ס'איז א ביסעל א מסוכן אבער ווען מרעד פון א אידשקייט וואס איז novel דארף מען ניצען וואס מ'האט.
כדי צי זיין א געזונטע איד דארף מען קודם זיין א געזונטע מענטש, דער אייבישטער האט קודם באשאפן דעם מענטש דערנאך האט ער פאר קליין חלק מענטשהייט צוגעלייגט אן הוספה, תורה ומצות.
ווען איך טרעף מיך פארטינקן אין אזא פארשימלטע אידשקייט, אַ סקריפט אידשקייט ווי ראובן ריפט דאס, דארפ'ן מיר פטור ווערן דערפון, אנפאנגען פון דאס ניי, זען צי מיר זענען בכלל גוטע געזונטע מענטשן, קען איך פונקציאנירן אלץ פלענער מענטש צווישען מענטשן? דערנאך קען מען נעמען אויף זוך הוספת ווי אידשקייט מדריגת און נבואה.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג מאי 03, 2020 6:43 pm

ביי מייסטענס פונעם ציבור אינעם חרדישן/חסידישן געזעלשאפט זענען ראובן׳ס ווערטער נאטירליך און איבעריג. רובם ככולם פונעם נישט-הונגארישן ציבור, די וועלכער געפינען זיך אין וויליאמסבורג ,אפסטעיט נוא יארק, און נאך אפאר ערטער, זענען נזהר אין דעם ענין פון פיקוח נפש דרבים. פאר די אידען וועלכע שפייען אויף כל דבר שבקדושה למשל אגודת ישראל, ספרי הגראי״ה, מרן הגרי״ש, ומרן הגראי״ל, ועוד ועוד, פאר זיי וועט ניט העלפן קיין דרשות און ארטיקלען.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 03, 2020 8:14 pm

איך גיי א מאסק ווייל איך האלט אז דאס איז רצון השם

איך האלט אבער נישט אז איך בין סעפעריער פין מיין שכן די ציקוועשטע בני יואל, ווייל ער האלט אנדערש פין מיר
דאס איז א סעלף-רייטשאס סענקטימאניעס עטעטאט - אן עקעל, פוי
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג מאי 03, 2020 11:26 pm

הקטן האט געשריבן:אדער קען זיין אז זיי האלטן, גערעכט אדער מיט איגנערענס, אז דאס איז בכלל נישט רצון השם

(שוין געהאט די ווייראס, די דאקטוירים האבן אנפאנג געזאגט מיט א שטארקייט א מאסק העלפט נישט און פעלט נישט אויס, פשוט איגנערענס, נישט זיין אויף די אינטערנעט וכו', גלייבן קאנספירעסיס פין אנטי-וועקסערס)


אוודאי טרעפט מען א תירוץ, אבער טאקע דאס ברענגט ער ארויס.. אז אין צייט וואס ביי אנדערע פיל קלענערע חיובים (אבער רוטין) וועט מען קלאפן קאפ אין וואנט, וועט מען דא ביי איינס פון שטערקסטע חיובים (וויבאלד ס'איז נישט רוטין) זיך טרעפן אן אויסרייד.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מאי 04, 2020 11:14 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:אדער קען זיין אז זיי האלטן, גערעכט אדער מיט איגנערענס, אז דאס איז בכלל נישט רצון השם

(שוין געהאט די ווייראס, די דאקטוירים האבן אנפאנג געזאגט מיט א שטארקייט א מאסק העלפט נישט און פעלט נישט אויס, פשוט איגנערענס, נישט זיין אויף די אינטערנעט וכו', גלייבן קאנספירעסיס פין אנטי-וועקסערס)


אוודאי טרעפט מען א תירוץ, אבער טאקע דאס ברענגט ער ארויס.. אז אין צייט וואס ביי אנדערע פיל קלענערע חיובים (אבער רוטין) וועט מען קלאפן קאפ אין וואנט, וועט מען דא ביי איינס פון שטערקסטע חיובים (וויבאלד ס'איז נישט רוטין) זיך טרעפן אן אויסרייד.


איין וועג מסביר צי זיין פארוואס איינער גייט נישט קיין מאסק איז דארך אויפקימען מיט א חידוש "ווייל ס'איז נישט רוטין"
ואם תמצא לומר...

איך גיי א מאסק, און ס'האט מיט פיקוח נפש גארנישט איינגעשטויסן!
איך גיי דערמיט פשוט משום איבה

נישט אידער איינער מיז האלטן וואו מיר.
מיין שכן איז פיל פיל מער פין מיר, ער איז נישט באקאנט מיט סאשעל-מידיע בכלל, ער פארשטייט בכלל נישט פארוואס איך בין מקפיד נישט צי גיין קיין ד' אמות אן א מאסק.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך לבי במזרח » מאנטאג מאי 04, 2020 11:33 am

ראובן האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר @פיקאסא פאר'ן מאכן אזא שיינעם פי-די-עף.

ארבעט נישט.
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

Re: גאָטס צוריקצוברענגען גאָט

הודעהדורך אמת וצדק » מאנטאג מאי 04, 2020 11:41 am

לבי במזרח האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר @פיקאסא פאר'ן מאכן אזא שיינעם פי-די-עף.

ארבעט נישט.
עס ארבעט יא, פראביר נאכאמאל


Sent from my iPhone using Tapatalk
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

הודעהדורך אריה » מאנטאג מאי 04, 2020 12:35 pm

דערמאנסט מיר א מימרא פונעם קאצקער בערך אזוי (כ'דארף נאכקוקן דעם פונקטליכן לשון):
אז דו דאווענסט היינט ווייל דו האסט געדאווענט נעכטן איז דיין דאווענען עבודה זרה.

(וז"ל עפ"י נפלאות חדשות: דער וואס דאוונט היינט ווייל ער האט געדאוונט נעכטן, איז א רשע גמור בעסער פאר אים)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אריה אום מאנטאג מאי 04, 2020 10:32 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך אריה » מאנטאג מאי 04, 2020 12:46 pm

אין סייענטיפיק אמעריקען איז געווען אן ארטיקל אז גיין מיט א מאסקע קען מאכן דעם מענטש שפירן שוואך און אנמעכטיק קעגן דעם וויירוס. קען זיין אז ביי רעליגיעזע מענטשן קען עס אויך מאכן זייער גאט שוואך אז ער קען נישט פארמיידן נאטורליכע אומגליקן.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך במדבר » מאנטאג מאי 04, 2020 1:04 pm

אריה האט געשריבן:דערמאנסט מיר א מימרא פונעם קאצקער בערך אזוי (כ'דארף נאכקוקן דעם פונקטליכן לשון):
אז דו דאווענסט היינט ווייל דו האסט געדאווענט נעכטן איז דיין דאווענען עבודה זרה.


אין די זעלבע קאנטעקסט:

...... ''ר' מענדל (קאצקער) אבער האט, ווייזט אויס, נישט אזוי געהאלטן. ראש
השנה אין פשיסכע. חסידים זיצן צוזאמן נאך מיטאג און טרינקען
מעד, עס איז געווארן שפעט, האבן זיי זיך אויפגעשטעלט און געדאוונט
מנחה. ר' מענדל אבער האט נישט געדאוונט, ווייל ער איז נישט געווען
אין גאנצן ניכטער.

ר' מענדלס נישט דאווענען קיין מנחה יענעם ראש השנה האט
געמאכט א גרויסן רושם אויף ר' יצחק מאיר(חידושי הרי''ם), און פון דעמאלט אן
האט ער אים געהאלטן פאר אן אדם גדול.

הגם ר' מענדל האט זיך דא אויפגעפירט על פי דין, לאזט זיך
דאך פארשטיין ר' יצחק מאירס התפעלות. אויף דעם דאזיקן דין האט
קיינער נישט אכטונג געגעבן.


''אברהם יהושע העשיל: קאצק.''
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך במדבר אום מאנטאג מאי 04, 2020 4:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מאי 04, 2020 2:20 pm

אריה האט געשריבן:אין סייענטיפיק אמעריקען איז געווען אן ארטיקל אז גיין מיט א מאסקע קען מאכן דעם מענטש שפירן שוואך ...

אפשר ווייל דער מענטש אטעמט אריין א גאנצער צייט די קארבן-דיאקסייד
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מאי 04, 2020 2:23 pm

אריה האט געשריבן:דערמאנסט מיר א מימרא פונעם קאצקער בערך אזוי (כ'דארף נאכקוקן דעם פונקטליכן לשון):
אז דו דאווענסט היינט ווייל דו האסט געדאווענט נעכטן איז דיין דאווענען עבודה זרה.

נו וואס האסטו געמיינט די גאנצע געדאנק איז איינפאכע פעלגעריזעם!

יען כי נגש העם הזה בפיו ובשפתיו כבדוני ולבו רחק ממני, ותהי יראתם אותי מצות אנשים מלומדה

ישעיה (כט, יג - יד)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און איין גאסט