פריידא וויזעל פארטיידיגט חסידישע קאראנע רעספאנס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

פריידא וויזעל פארטיידיגט חסידישע קאראנע רעספאנס

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג מאי 04, 2020 8:40 am

פריידא וויזעל האט געשריבען א פייערדיגע פארטיידיגונג וועגן די חסידישע רעספאנס צו קאראנע. זי טענה'ט אז חסידים האבן גארנישט געטוהן ראנג און די מידיא בלאזט אויף די גאנצע זאך.

https://friedavizel.com/2020/05/03/coro ... community/
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג מאי 04, 2020 9:26 am

די ארטיקל איז שוין א כמו סייענטיפישע איבערזיכט.

איר ערשטער ארטיקל איז געווען פיל מער פייערדיג, און מיט'ן גאנצן קרית יואל'ער קנאות...

https://friedavizel.com/2020/04/18/im-i ... pia-again/
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2503
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7119 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג מאי 04, 2020 9:52 am

עס דרייט זיך ארום אן ארטיקל פון איר פאטער רבי מאיר, אין וועלכע ער שיממפט אויף דעם וואס מ'עפענט בתי מדרשים בלויז פאר די יונגע. און די אלטע לייט לאזט מען ווייטער אפשימלען אינדערהיים מיט א פרעכהייט. דאס איז א טאטע מיט א טאכטער מיט די סאמע זעלבע געדאנקנען גאנג. אפגעזען פון זייערע פארשידנארטיגע רעליגיעזע אנטשויאונגען. עס איז צוקער זוס און העכסט אייגענגארטיג... דער זיידע/טאטע זייערע רבי צבי אלימלך ע''ה, פון די גרויסע פארערער פון הרה''ק רבי חנה מקאלאשיץ הי''ד, פון די גרעסטע קנאים אין די אמאליגע חסידישע גאליציע שעפט ווארשיינליך הויפענס נחת פון זיינע ארויסגעגאנגענע...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1867
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2123 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג מאי 04, 2020 12:47 pm

איך האב ממש רחמות אויף איר, זי איז שוין לאנג נישט אין די קאמיונעטי, אבער זי עסט זיך נאך די געזונט אויף יעדע פראבלעם וואס די חסידים האבן/מאכן.

------------

בראך האט איר געזאגט אז די אינטערוויו אין דער וועקער איז געווען גוט, מען הערט פונעם וועקער מער און מער.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 297
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 10 געסט